ב טימאטעוס בריוו 3
3
קאפיטל דריי
1דאס דאזיקע אבער זאלסטו וויסן, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען שווערע צייטן. 2ווארום די מענטשן וועלן זיין ליבהאבער פון זיך אליין, ליבהאבער פון געלט, בארימער, חוצפהדיק, לעסטערער, אומגעהארכזאם צו עלטערן, אומדאנקבאר, ג‑טלאז, 3אוממענטשלעך, נישט גענייגט מוחל צו זיין, טייוולאנים, נישט איינגעהאלטן, אכזרים, שונאים פון גוטס, 4פאררעטעריש, לייכטזיניק, אנגעבלאזן, וואס האבן ליב פארגעניגנס מער ווי זיי האבן ליב ה׳; 5וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ. 6ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות, 7וואס תמיד לערנען זיי, און קענען קיינמאל נישט קומען צו דער דערקענטעניש פון דעם אמת. 8און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבינו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה. 9זיי וועלן אבער ווייטער נישט קומען; ווארום זייער נארישקייט וועט ווערן באשיימפערלעך קלאר פאר אלעמען, ווי עס איז אויך געשען מיט יענע. 10דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין צוריקגעהאלטנקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות, 11מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען. 12יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע, וועלן פארפאלגט ווערן. 13שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן. 14דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט, 15און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע. 16אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; 17כדי דער מענטש פון ג‑ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.
Currently Selected:
ב טימאטעוס בריוו 3: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.