ב קארינטער בריוו 3
3
קאפיטל דריי
1צי הויבן מיר שוין ווידער אָן זיך אליין צו רעקאמענדירן? אדער נויטיקן מיר זיך, ווי אייניקע (אנדערע), אין רעקאמענדירונגס בריוו צו אייך, אדער פון אייך? 2איר זענט אונדזער בריוו, געשריבן אויף אונדזערע הערצער, באקאנט און געלייענט פון אלע מענטשן; 3ווייל איר האט זיך ארויסגעוויזן, אז איר זענט משיחס בריוו דורך אונדז צוגעגרייט, נישט מיט טינט, נאר מיט דעם גייסט פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; נישט אויף שטיינערנע לוחות, נאר אויף פליישערנע לוחות פון הערצער. 4און אזא בטחון האבן מיר דורך דעם משיח צו ה׳; 5נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער פעאיקייט איז פון ה׳, 6וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק. 7און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.) 8וויאזוי זשע וועט דען נישט די עבודה פונם גייסט זיין מיט מער הערלעכקייט? 9ווארום אויב די עבודה פון פאראורטיילונג האט געהאט הערלעכקייט, וויפל מער שטייגט איבער די עבודה פון גערעכטיקייט אין הערלעכקייט! 10ווארום אפילו דאס הערלעכע איז גארנישט געווען הערלעך אין דער מאס צוליב דער איבערוועלטיקנדיקער הערלעכקייט. 11ווארום אויב דאס, וואס פארגייט איז געווען מיט הערלעכקייט, א סך מער מיט הערלעכקייט איז דאס, וואס האט א קיום.
12האבנדיק דעריבער אזא האפענונג, רעדן מיר פיל דרייסטקייט, 13און נישט ווי משה, וועלכער האט אנגעטאן א מסוה אויף זיין פנים, כדי די בני ישראל זאלן נישט בליקן אויף דעם סוף פון דעם, וואס האט דאך געזאלט אויפהערן; 14נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח. 15יא ביז דעם היינטיקן טאג, ווען (תורת) משה ווערט געלייענט, ליגט א מסוה אויף זייער הארץ. 16ווען אבער (דאס יידישע פאלק) וועט זיך אומקערן צום האר, וועט די מסוה אוועקגענומען ווערן. 17דער האר אבער איז דער גייסט; און וואו עס איז דער גייסט פון דעם האר, דארטן איז פרייהייט. 18און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.
Currently Selected:
ב קארינטער בריוו 3: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.