YouVersion Logo
Search Icon

א טימאטעוס בריוו 2

2
קאפיטל צוויי
1איך בין דעריבער מזהיר, אז קודם כל זאלן תחנונים, תפילות, בקשות, דאנק, געטאן ווערן פאר אלע מענטשן; 2פאר מלכים און אלע מושלים, כדי מיר זאלן פירן א שטיל און רואיק לעבן אין פולער ג‑טספארכטיקייט און ערווירדיקייט. 3דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל, 4וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת. 5ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע, 6וועלכער האט זיך געגעבן פאר אן אויסלייזונג פאר אלעמען; דאס עדות זאגן דערפון זאל געגעבן ווערן אין דער געהעריקער צייט; 7פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.
8דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און מחלוקת. 9אויך אזוי די פרויען זאלן זיך צירן מיט באשיידענע קליידער, מיט שעמעוודיקייט און צניעותדיקייט; נישט מיט פלעכטן די האר, נישט מיט גאלד, אדער פערל, אדער טייערע מלבושים; 10נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים. 11א פרוי זאל לערנען שטילערהייט מיט פולער הכנעה. 12און איך גיב נישט קיין פרוי רשות צו זיין מלמד תורה און נישט צו הערשן איבער (איר) מאן, נאר צו זיין שטיל. 13ווארום אדם איז צום ערשט באשאפן געווארן, שפעטער חוה; 14און אדם האט זיך נישט געלאזט פארפירן; נאר די פרוי, לאזנדיק זיך פארפירן, איז געקומען צו אן עבירה; 15זי וועט אבער דערלייזט ווערן דורך געבוירן קינדער, אויב זיי וועלן בלייבן אין דער אמונה און ליבע און קדושה מיט צניעותדיקייט.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in

Videos for א טימאטעוס בריוו 2