א פעטרוס בריוו 4
4
קאפיטל פיר
1דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד; 2כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף. 3ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות; 4אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן; 5זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע. 6ווארום דערפאר איז די בשורה טובה אנגעזאגט געווארן אויך צו די מתים, כדי זיי זאלן געמשפט ווערן אינם לייב ווי מענטשן, זאלן אבער לעבן אינם גייסט לויט ה׳.
7אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות; 8קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.) 9זייט גאסטפריינדלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל; 10דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד; 11אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.
12געליבטע, וואונדערט זיך נישט איבער דעם קאלכאויוון, וואס איז געקומען, ווי א נסיון אויף אייך, גלייך ווי א פרעמדע זאך וואלט אייך געטראפן; 13נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין. 14אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך. 15נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן; 16אויב אבער (עמיצער ליידט) אלס א משיחיסט, זאל ער זיך נישט שעמען; נאר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין דעם דאזיקן נאמען. 17ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה? 18און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען? 19דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.
Currently Selected:
א פעטרוס בריוו 4: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.