YouVersion Logo
Search Icon

א קארינטער בריוו 12

12
קאפיטל צוועלף
1און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד. 2איר ווייסט (דאך), אז ווען איר זענט געווען אומות (העולם), ווי איר האט זיך געלאזט פירן צו שטומע אפג‑טער, און מען האט אייך געפירט. 3דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.
4די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער. 5און די עבודות זענען פארשיידן, דאך איז עס דער זעלביקער האר. 6און די ווירקונגען, זענען פארשיידן אבער דער זעלביקער ה׳, וועלכער ווירקט אלץ אין אלעם. 7יעדן איינעם אבער ווערט געגעבן די אנטפלעקונג פון דעם רוח (הקודש) צום נוצן. 8ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט; 9אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט; 10און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות; 11דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.
12ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח. 13ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט. 14דען דער גוף איז נישט איין אבר, נאר א סך. 15אויב דער פוס זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין האנט, געהער איך נישט צום קערפער, געהערט ער דען נישט צוליב דעם צום קערפער? 16און אויב דאס אויער זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צום קערפער; צי געהערט עס דען נישט צוליב דעם צום קערפער? 17אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח? 18איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט. 19און אויב אלע וואלטן געווען איין אבר, וואו וואלט געווען דער גוף? 20איצט אבער זענען עס טאקע א סך אברים, נאר איין גוף. 21און דאס אויג קען נישט זאגן צו דער האנט: איך דארף דיך נישט האבן; אדער ווידער דער קאפ צו די פיס; איך דארף אייך נישט האבן! 22נאר להיפך, די אברים פונם גוף, וואס שיינען אויס צו זיין די שוואכערע, זענען (גראד) נויטווענדיק. 23און די (טיילן) פונם גוף, וועלכע מיר האלטן פאר נישט אזוי איידל, די דאזיקע באקליידן מיר מיט מער כבוד; און אונדזערע נישט אנשטענדיקע צירן מיר אמערסטן; 24אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר), 25כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע. 26און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט. 27און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער. 28און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות. 29צי זענען דען אלע שליחים? צי זענען דען אלע נביאים? צי זענען דען אלע מלמדים? צי (טאן) דען אלע וואונדער? 30צי האבן דען אלע די מתנות פון רפואות? צי רעדן דען אלע מיט לשונות? צי פארטייטשן דען אלע? 31שטרעבט אבער צו דערגרייכן די גרעסערע מתנות.
און נאך א דרך, אן אויסגעצייכנטערן, ווייז איך אייך.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in