די אנטפלעקונג 2

2
קאפיטל צוויי
1צו דעם מלאך פון דער קהלה אין עפעזוס שרייב:
דאס זאגט דער, וועלכער האלט די זיבן שטערן אין זיין רעכטער האנט, וועלכער גייט ארום אינמיטן פון די זיבן גאלדענע מנורות: 2איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער; 3און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד. 4נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו האסט פארלאזן דיין ערשטע ליבע. 5געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן. 6נאר דאס דאזיקע האסטו, אז דו האסט פיינט די מעשים פון די ניקאלאאיטן, וועלכע אויך איך האב פיינט. 7ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)
8און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב:
דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן: 9איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן. 10האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן. 11ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.
12און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פערגאמוס שרייב:
דאס זאגט דער, וועלכער האט די מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד: 13איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט. 14נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין. 15פונקט אזוי האסטו אויך אזעלכע, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון די ניקאלאאיטן אויף אן ענלעכן אופן. 16דעריבער טו תשובה; און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר אינגיכן, און וועל מלחמה האלטן מיט זיי מיט דער שווערד פון מיין מויל. 17ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, וועל איך געבן צו עסן דעם פארבארגענעם מן, און וועל אים געבן א ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין א נייעם נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער ווייסט נישט, אחוץ דער, וועלכער באקומט (אים).
18און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב:
דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער: 19איך קען דיינע מעשים, און דיין ליבע און אמונה און עבודה און סבלנות, און אז דיינע לעצטע מעשים זענען מער ווי די ערשטע. 20נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער. 21און איך האב איר געגעבן צייט, כדי זי זאל תשובה טאן; און זי וויל נישט טאן תשובה פון איר זנות. 22זע, איך ווארף זי אויף א קראנק בעט, און די, וואס זענען מיט איר מזנה, אין א גרויסער צרה אריין, ווען זיי וועלן נישט תשובה טאן פון אירע מעשים. 23און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים. 24צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט. 25דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען. 26און דער, וואס איז מנצח און דער, וואס היט אפ מיינע מעשים, אים וועל איך געבן מאכט איבער די אומות (העולם); 27און ער וועט הערשן איבער זיי מיט א רוט פון אייזן, ווי די כלים פון א טעפער ווערן צעבראכן (תהלים ב, ט.); ווי אויך איך האב באקומען פון מיין פאטער; 28און וועל אים געבן דעם מארגנשטערן. 29ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.

ที่ได้เลือกล่าสุด:

די אנטפלעקונג 2: OYBC

เน้นข้อความ

คัดลอก

เปรียบเทียบ

แบ่งปัน

None

ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้