די שליחים געשיכטע 21
21
קאפיטל איין און צוואנציק
1און עס איז געשען, ווען מיר האבן זיך אפגעשיידט און זענען אוועקגעפארן פון זיי, פארנדיק אין א גראדער ריכטונג, זענען מיר געקומען קיין קאס, און דעם נעכסטן טאג קיין ראדאס, און פון דארטן קיין פאטארא; 2און אזויווי מיר האבן געפונען א שיף, וואס איז געגאנגען קיין פעניציען, זענען מיר איינגעשטיגן און אפגעפארן. 3און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט. 4און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים. 5און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן; 6דערנאך האבן מיר זיך געזעגנט איינס מיטן אנדערן, און זענען איינגעשטיגן אויף דער שיף, זיי אבער האבן זיך אומגעקערט אהיים.
7און מיר האבן פארענדיקט די ים רייזע פון צור, און זענען אנגעקומען קיין פטאלעמייס; און אפגעגעבנדיק שלום צו די ברידער, זענען מיר פארבלייבן ביי זיי איין טאג. 8און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים. 9דער דאזיקער (פיליפוס) האט געהאט פיר טעכטער בתולות, וועלכע האבן נבואות געזאגט. 10און בשעת מיר זענען (דארט) פארבלייבן א סך טעג, איז אראפגעקומען פונם (לאנד) יהודה א געוויסער נביא, מיטן נאמען אגאבוס. 11און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין. 12און ווען מיר האבן דאס געהערט, האבן מיר און די דארטיקע אים געבעטן, אז ער זאל נישט ארויפגיין קיין ירושלים. 13דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע. 14און אזויווי ער האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן, האבן מיר שטיל געשוויגן, אזוי צו זאגן: זאל געשען דעם הארס רצון!
15און נאך די דאזיקע טעג האבן מיר איינגעפאקט אונדזערע זאכן, און זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. 16און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.
17און ווען מיר זענען געקומען קיין ירושלים, האבן די ברידער אונדז אויפגענומען מיט שמחה. 18און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען. 19און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה. 20און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה; 21און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים. 22וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען. 23טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך; 24נעם די דאזיקע און רייניק דיך מיט זיי, און באצאל פאר זיי, כדי זיי זאלן זיך לאזן אפגאלן דעם קאפ; און אלע וועלן וויסן, אז אין דעם, וואס זיי האבן געהערט וועגן דיר, איז גאר נישטא (קיין אמת). נאר אז דו אליין גייסט אויך אויפן דרך הישר (דרך ה׳), און היטסט אפ די תורה. 25און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות. 26פוילוס האט דעמאלט גענומען די מענער, האט זיך גערייניקט מיט זיי דעם אנדערן טאג, און איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין, און געלאזט וויסן די דערפילונג פון די טעג פון רייניקונג, ביז עס זאל געברענגט ווערן דאס קרבן פאר יעדן איינעם פון זיי.
27און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים, 28שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש. 29ווארום זיי האבן פריער געהאט געזען טראפימוסן דעם עפעזער אין דער שטאט מיט אים; און געמיינט, אז פוילוס האט אים אריינגעפירט אין בית המקדש אריין. 30און די גאנצע שטאט האט זיך באוועגט, און עס איז געווארן א צוזאמענגעלויף פון פאלק; און זיי האבן געכאפט פוילוסן און אים ארויסגעשלעפט אויסער דעם בית המקדש; און גלייך האבן זיך די טירן געשלאסן. 31און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז. 32האט ער גיך גענומען זעלנער און אפיצירן, און איז אראפגעלאפן צו זיי; און דערזעענדיק דעם הויפטמאן און די זעלנער, האבן זיי אויפגעהערט צו שלאגן פוילוסן. 33דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן. 34און יעדער איינער אינם המון האט עפעס אנדערש געשריגן; און נישט קענענדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, צוליב דעם געטומל, האט ער באפוילן, מען זאל אים אוועקפירן אין דער פעסטונג אריין. 35און ווען ער איז געקומען צו די טרעפ, האבן די זעלנער אים געטראגן צוליב דעם געדרענג פון דעם המון; 36ווארום די פאלקסמאסע האט נאכגעפאלגט, שרייענדיק: אוועק מיט אים!
37און בשעת פוילוס האט געזאלט אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, האט ער געזאגט צום הויפטמאן: צי איז עס מיר דערלויבט עפעס צו זאגן צו דיר? און ער האט געזאגט: דו קענסט גריכיש? 38צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים? 39האט פוילוס געזאגט: איך בין א ייד פון טארסוס אין קיליקיען, א בירגער פון אן אנגעזעענער שטאט; בעט איך דיך, דערלויב מיר צו רעדן צום פאלק. 40און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן:
ที่ได้เลือกล่าสุด:
די שליחים געשיכטע 21: OYBC
เน้นข้อความ
คัดลอก
เปรียบเทียบ
แบ่งปัน
ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: