ב פעטרוס בריוו 3

3
קאפיטל דריי
1דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד; 2צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן, 3קודם כל, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען אפשפעטער מיט שפאט, וואס גייען לויט זייערע אייגענע גלוסטונגען, 4און וועלן זאגן: וואו איז די הבטחה פון זיין קומען (ביאת המשיח)? ווארום זינט די אבות זענען איינגעשלאפן, בלייבט אלץ ווי ביים אנהויב פון דער באשאפונג! 5ווארום בכיוון פארגעסן זיי דאס דאזיקע, אז דורך ה׳ס ווארט שוין פארצייטנס זענען געווען הימלען, און אז אן ערד איז אנטשטאנען אויס וואסער און דורך וואסער; 6דורך וועלכע די דעמאלטיקע וועלט איז אונטערגעגאנגען אין א וואסער פון מבול; 7די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.
8פארגעסט אבער נישט אין דעם דאזיקן, געליבטע, אז איין טאג ביים האר איז ווי טויזנט יאר, און טויזנט יאר ווי איין טאג. 9דער האר זוימט זיך נישט מיט דער הבטחה, ווי אייניקע האלטן עס פאר א פארזאמונג; נאר ער איז געדולדיק צו אייך, ווייל ער וויל נישט עמיצער זאל פארלוירן ווערן, נאר אז אלע זאלן קומען צו תשובה. 10דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן. 11אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים, 12דערווארטנדיק און צואיילנדיק דאס קומען פון ה׳ס טאג, דורך וועלכן די הימלען וועלן פארברענט ווערן און צעגיין, און די יסודות וועלן צעשמאלצן ווערן פון היץ! 13לויט זיין הבטחה אבער דערווארטן מיר א נייעם הימל און א נייע ערד, אין וועלכע גערעכטיקייט וואוינט. (ישעיהו סה, יז-כה.)
14דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים. 15און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן, 16ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג. 17און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד. 18נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.

ที่ได้เลือกล่าสุด:

ב פעטרוס בריוו 3: OYBC

เน้นข้อความ

คัดลอก

เปรียบเทียบ

แบ่งปัน

None

ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้