צוליב דעם האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו שענדלעכע תאוות; ווארום זייערע ווייבער האבן פארביטן דעם נאטירלעכן געברויך מיט אן אומנאטירלעכן; און אזוי אויך די מענער, פארלאזנדיק דעם נאטירלעכן געברויך פון דער פרוי, האבן זיך אין זייערע פארלאנגען דערהיצט איינער מיט דעם אנדערן, מענער מיט מענער טוענדיק געמיינהייטן, און האבן דערהאלטן אין זיך אליין דעם געהעריקן שכר פון זייער פארפירטקייט. און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט