YouVersion Logo
Search Icon

יְהוֹשועַ כא

כא
1און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים האָבן גענענט צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און צו די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, 2און זײ האָבן צו זײ גערעדט אין שילוֹ, אין לאַנד כּנַעַן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן אונדז צו געבן שטעט צום װױנען, מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער פֿאַר אונדזערע בהמות.
3האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געגעבן די לוִיִים פֿון זײער נחלה, לױט דעם מױל פֿון ה׳, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער.
4און דער גורל איז אַרױס פֿאַר די משפּחות פֿון די קהָתים; און פֿאַר די קינדער פֿון אַהרֹן דעם כּהן, פֿון די לוִיִים, זײַנען געװען פֿון שבֿט יהוּדה, און פֿון שבֿט פֿון די שמעוֹנים, און פֿון שבֿט בנימין, לױט גורל, דרײַצן שטעט.
5און פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון קהָת, פֿון די משפּחות פֿון שבֿט אפֿרים, און פֿון שבֿט דָן, און פֿון האַלבן שבֿט מנַשֶה, לױט גורל, צען שטעט.
6און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹן, פֿון די משפּחות פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר, און פֿון שבֿט אָשֵר, און פֿון שבֿט נַפֿתָּלי, און פֿון דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה אין בָשָן, לױט גורל, דרײַצן שטעט.
7פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, פֿון שבֿט ראובֿן, און פֿון שבֿט גָד, און פֿון שבֿט זבֿולון, צװעלף שטעט.
8און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געגעבן די לוִיִים די דאָזיקע שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן, לױט גורל.
9און זײ האָבן געגעבן פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, די דאָזיקע שטעט װאָס מע רופֿט זײ דאָ אָן מיטן נאָמען. 10און דאָס איז געװען פֿאַר די קינדער פֿון אַהרֹן, פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים פֿון די קינדער פֿון לֵוִי; װאָרעם זײ האָבן געקריגן דעם גורל צוערשט. 11און מע האָט זײ געגעבן די קִריַת-אַרבע, דעם פֿאָטער פֿון עַנָק – דאָס איז חֶבֿרוֹן – אין דעם געבערג פֿון יהוּדה, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר. 12אָבער דאָס פֿעלד פֿון דער שטאָט און אירע דערפֿער האָבן זײ געגעבן כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן פֿאַר זײַן אײגנטום.
13און די קינדער פֿון אַהרֹן דעם כּהן האָבן זײ געגעבן די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, חֶבֿרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און לִבֿנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 14און יַתּיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און אֶשתּמוֹעַ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 15און חוֹלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און דבֿיר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 16און עַיִן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יוטָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בֵית-שֶמֶש מיט אירע פֿרײַע פּלעצער. נײַן שטעט פֿון די דאָזיקע צװײ שבֿטים.
17און פֿון שבֿט בנימין: גִבֿעוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, גֶבַֿע מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 18עַנָתוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און עַלמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
19אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים: דרײַצן שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער.
20און פֿאַר די משפּחות פֿון די קינדער פֿון קהָת, די לוִיִים, די איבעריקע פֿון די קינדער פֿון קהָת – די שטעט פֿון זײער גורל זײַנען געװען פֿון שבֿט אפֿרים. 21און מע האָט זײ געגעבן די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, שכֶם, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און גֶזֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 22און קִבֿצַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בֵית-חוֹרוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
23און פֿון שבֿט דָן: אֶלתּקֵה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, גִבתוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 24אַיָלוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, גַת-רִמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
25און פֿון האַלבן שבֿט מנַשֶה: תַּעֲנָך מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און גַת-רִמוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; צװײ שטעט.
26אַלע שטעט: צען, מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער, פֿאַר די משפּחות פֿון די איבעריקע קינדער פֿון קהָת.
27און פֿאַר די קינדער פֿון גֵרשוֹן, פֿון די משפּחות פֿון די לוִיִים, פֿון האַלבן שבֿט מנַשֶה; די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, גוֹלָן אין בָשָן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און בעֶשתְּרָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; צװײ שטעט.
28און פֿון שבֿט יִשׂשָׂכָר: קִשיוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, דָבֿרַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 29יַרמות מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, עֵין-גַנים מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
30און פֿון שבֿט אָשֵר: מִשְאָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, עַבֿדוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 31חֶלקָת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און רחוֹבֿ מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
32און פֿון שבֿט נַפֿתָּלי: די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, קֶדֶש אין גָליל, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און חַמוֹת-דֹאר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און קַרתָּן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; דרײַ שטעט.
33אַלע שטעט פֿון די גֵרשונים לױט זײערע משפּחות: דרײַצן שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער.
34און פֿאַר די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, די איבעריקע לוִיִים, פֿון שבֿט זבֿולון: יָקנְעָם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, קַרתָּה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 35דִמנָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, נַהלָל מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
36 און פֿון שבֿט ראובֿן: בֶצֶר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און יַהצָה מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; קדֵמוֹת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מֵיפַֿעַת מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; פֿיר שטעט.
36 און פֿון שבֿט גָד: די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער, רָמוֹת אין גִלעָד, מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, און מַחנַיִם מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; 37 חֶשבוֹן מיט אירע פֿרײַע פּלעצער, יַעְזֵר מיט אירע פֿרײַע פּלעצער; אַלע שטעט: פֿיר.
38 די אַלע שטעט זײַנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות – די איבעריקע פֿון די משפּחות פֿון די לוִיִים; און זײער גורל איז געװען צװעלף שטעט.
39 אַלע שטעט פֿון די לוִיִים אין מיטן פֿון דעם אײגנטום פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אַכט און פֿערציק שטעט מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער. 40 די דאָזיקע שטעט זײַנען געװען שטאָט אין שטאָט מיט אירע פֿרײַע פּלעצער רונד אַרום איר; אַזױ בײַ אַלע די דאָזיקע שטעט.
41 און ה׳ האָט געגעבן צו יִשׂרָאֵל דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט געשװאָרן צו געבן זײערע עלטערן; און זײ האָבן עס געאַרבט, און זיך באַזעצט דערין. 42 און ה׳ האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום, אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געשװאָרן זײערע עלטערן; און קײנער פֿון אַלע זײערע פֿײַנט איז נישט באַשטאַנען פֿאַר זײ; אַלע זײערע פֿײַנט האָט ה׳ געגעבן אין זײער האַנט. 43 נישט אַ װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון אַל דעם גוטן צוזאָג װאָס ה׳ האָט צוגעזאָגט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; אַלץ איז אָנגעקומען.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in