שוֹפֿטִים ה
ה
1האָט געזונגען דבֿוֹרה און ברק דער זון פֿון אַבֿינועמען אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:
2אַז מע לאָזט די האָר װילד אין יִשׂרָאֵל,
אַז דאָס פֿאָלק באָט פֿרײַװיליק אָן,
טוט לױבן ה׳!
3הערט איר מלכים,
פֿאַרנעמט איר פֿירשטן,
איך, צו ה׳ װעל איך זינגען,
איך װעל שפּילן צו ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל.
4ה׳, אַז דו ביסט פֿון שֵׂעִיר אַרױס,
אַז דו האָסט פֿון אֶדוֹמס פֿעלד געשפּרײַזט,
האָט די ערד געציטערט,
אױך די הימלען האָבן געטריפֿט,
יאָ, װאָלקנס האָבן װאַסער געטריפֿט.
5בערג זײַנען צערונען פֿאַר ה׳,
דער דאָזיקער סינַי – פֿאַר ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל.
6אין די טעג פֿון שמגר דעם זון פֿון עַנָת,
אין די טעג פֿון יעל, האָבן שליאַכן אױפֿגעהערט,
און װעגגײער פֿלעגן אױף קרומע שטעגן גײן.
7אױפֿגעהערט האָבן שטעט אין יִשׂרָאֵל, אױפֿגעהערט,
ביז איך, דבֿוֹרה, ביסט אױפֿגעשטאַנען,
אױפֿגעשטאַנען אַ מוטער אין יִשׂרָאֵל.
8נײַע ג‑טער האָט מען אױסדערװײלט,
דערום איז מלחמה געװען אין די טױערן;
אױב אַ שילד און אַ שפּיז איז אָנצוזען געװען
אין פֿערציק טױזנט אין יִשׂרָאֵל!
9מײַן האַרץ צו די הערשער פֿון יִשׂרָאֵל,
די פֿרײַװיליקע צװישן דעם פֿאָלק;
טוט לױבן ה׳!
10איר װאָס רײַט אױף אײזעלינס װײַסע,
איר װאָס זיצט אױף דעקעס,
און איר װאָס גײט אױפֿן װעג,
רעדט דערפֿון!
11מער װי ליאַרעם פֿון פֿײַלשיסערס
איז צװישן די שעפּקאָריטעס;
דאָרטן דערצײלט מען די גערעכטיקײט פֿון ה׳,
די גערעכטיקײט אין זײַן פֿרײע שטעט אין יִשׂרָאֵל.
דענצמאָל האָט גענידערט
ה׳ס פֿאָלק צו די טױערן.
12דערװעק דיך, דערװעק דיך, דבֿוֹרה,
דערװעק דיך, דערװעק דיך, רעד געזאַנג!
שטײ אױף, ברק,
און פֿאַנג דײַן געפֿאַנג, זון פֿון אַבֿינועם!
13דענצמאָל איז אַראָפּקומען אַ איבערבלײַב פֿון די אײדעלע
צו דעם פֿאָלק;
די מענטשן פֿון ה׳
זענען אַראָפּגעקומען צו מיר
װי גיבוֹרים.
14פֿון אפֿרים זײַנען געקומען די װאָס װאָרצלען אין עַמָלֵק,
נאָך דיר, בנימין, מיט דײַנע מחנות;
פֿון מָכיר האָבן הערשער גענידערט,
און פֿון זבֿולון די װאָס טראָגן אַ שרײַבערשטאָק.
15און די האַרן אין יִשׂשָׂכָר מיט דבֿוֹרהן;
און יִשׂשָׂכָר װי ברק
האָט געלאָזט זיך אין טאָל, הינטער אים.
בײַ די טײלן פֿון ראובֿן
איז דער איבערלײג געװען גרױס.
16װאָס ביסטו געזעסן צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן,
צו הערן דאָס געשרײ פֿון סטאַדעס?
בײַ די טײלן פֿון ראובֿן
איז דער איבערקלער געװען גרױס.
17גִלעָד האָט אױף יענער זײַט יַרדן גערוט;
און דָן פֿאַר װאָס געװאױנט בײַ די שיפֿן?
אָשֵר איז געזעסן בײַם באָרטן פֿון ים,
און בײַ זײַנע האַװנס געטאָן רוען.
18זבֿולון איז אַ פֿאָלק
װאָס האָט אײַנגעשטעלט זײַן זעל צום טױט,
און נַפֿתָּלי – אױף די הײכן פֿון פֿעלד.
19מלכים זײַנען געקומען, מלחמה געהאַלטן,
דענצמאָל האָבן מלחמה געהאַלטן די מלכים פֿון כּנַעַן
אין תַּעֲנָך בײַ די װאַסערן פֿון מגִדוֹ;
קײן רױב פֿון זילבער האָבן זײ נישט געקריגן.
20פֿון הימל האָט מען מלחמה געהאַלטן,
די שטערן פֿון זײערע שטעגן
האָבן מלחמה געהאַלטן מיט סיסראן.
21טײַך קישון האָט זײ אַװעקגעפֿלײצט,
טײַך אַלטער, טײַך קישון.
טרעט אױף מיט מאַכט, מײַן זעל!
22דענצמאָל האָבן געקלאַפּט די טריט פֿון פֿערד,
פֿון די שפּרונגען,
די שפּרונגען פֿון זײַנע אָגערס.
23שילט מרוז, האָט געזאָגט דער מלאך פֿון ה׳,
שילטן שילט אירע באַװױנער,
װײַל זײ זײַנען נישט געקומען צו דער הילף פֿון ה׳,
צו דער הילף פֿון ה׳, צװישן די גיבוֹרים.
24געבענטשטער פֿון אַלע װײַבער זאָל זײַן יעל,
די װײַב פֿון חֶבֶֿר דעם קֵיני
פֿון אַלע װײַבער אין געצעלט זײַן געבענטשטער.
25װאַסער האָט ער געבעטן, מילך האָט זי געגעבן,
אין אַ קרוג פֿון פֿירשטן, האָט זי שמאַנט דערלאַנגט.
26איר האַנט האָט זי אױסגעשטרעקט צום פֿלעקל,
און איר רעכטע צום אַרבעטערהאַמער,
און געהאַמערט סיסראן, צעקלאַפּט זײַן קאָפּ,
און געלעכערט און דורכגעהאַקט זײַן שלײף.
27צו אירע פֿיס האָט ער זיך אַראָפּגעלאָזט,
געפֿאַלן, געלעגן;
צו אירע פֿיס זיך אַראָפּגעלאָזט, געפֿאַלן;
װוּ זיך אַראָפּגעלאָזט, דאָרט דערהרגעט געפֿאַלן.
28דורכן פֿענצטער האָט געקוקט און געיאָמערט,
דורך דער פֿאָרטקע, די מוטער פֿון סיסראן:
װאָס זאַמט זיך זײַן רײַטװאָגן צו קומען?
װאָס שפּעטיקן זיך די טריט פֿון זײַנע געשפּאַנען?
29די קלוגע פֿון אירע האַרינטעס ענטפֿערן,
יאָ, זי אַלײן גיט אַן ענטפֿער צו זיך:
30פֿאַר װאָר, זײ געפֿינען, זײ טײלן דעם רױב,
אַ מײדל, צװײ מײדלעך פֿאַר איטלעכן מאַן;
רױב פֿון פֿאַרבן פֿאַר סיסראן,
רױב פֿון פֿאַרבן געשטיקטע,
פֿאַרבשטיקערײַען פֿאַרן רױבנעמערס האַלדז.
31אַזױ זאָלן אונטערגײן אַלע פֿײַנט דײַנע, ה׳!
און זײַנע ליבהאָבער זאָלן זײַן
װי דער אױפֿגאַנג פֿון דער זון אין איר שטאַרקײט.
און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿערציק יאָר.
Currently Selected:
שוֹפֿטִים ה: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

:
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025