YouVersion Logo
Search Icon

במִדְבר ז

ז
1און עס איז געװען, אין דעם טאָג װאָס משה האָט געענדיקט אױפֿשטעלן דעם מישכּן, און האָט אים געזאַלבט, און אים געהײליקט מיט אַלע זײַנע כּלים, און דעם מזבח מיט אַלע זײַנע כּלים – אַז ער האָט זײ געזאַלבט און זײ געהײליקט, 2האָבן גענענט די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל, די הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער – זײ, די פֿירשטן פֿון די שבֿטים, זײ װאָס זײַנען געשטאַנען בײַ דער צײלונג; 3און זײ האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן פֿאַר ה׳, זעקס צוגעדעקטע װעגן, און צװעלף רינדער: אַ װאָגן פֿאַר צװײ פֿירשטן, און אַן אָקס פֿאַר איטלעכן; און זײ האָבן זײ גענענט צום מישכּן. 4האָט ה׳ געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 5נעם צו פֿון זײ, און עס זאָל זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט עס געבן צו די לוִיִים, איטלעכן לױט זײַן דינסט. 6האָט משה גענומען די װעגן און די רינדער, און האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים. 7צװײ װעגן און פֿיר רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון גֵרשוֹן, לױט זײער דינסט.
8און פֿיר װעגן און אַכט רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון מרָרי, לױט זײער דינסט אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן. 9אָבער צו די קינדער פֿון קהָת האָט ער גאָרנישט געגעבן, װאָרעם דער דינסט פֿון די הײליקע זאַכן איז געװען אױף זײ; אױפֿן אַקסל האָבן זײ געדאַרפֿט טראָגן.
10און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די באַנײַונג פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן – די פֿירשטן האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן פֿאַר דעם מזבח. 11און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: צו אײן פֿירשט אַ טאָג, צו אײן פֿירשט אַ טאָג, זאָלן זײ ברענגען זײער קָרבָּן פֿאַר דער באַנײַונג פֿון מזבח.
12און דער װאָס האָט געבראַכט זײַן קָרבָּן דעם ערשטן טאָג איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן, פֿון שבֿט יהוּדה. 13און זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 14אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 15אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 16אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 17און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן.
18אױפֿן צװײטן טאָג האָט געבראַכט נתַנאֵל דער זון פֿון צוּעַרן, דער פֿירשט פֿון יִשׂשָׂכָר. 19ער האָט געבראַכט פֿאַר זײַן קָרבָּן אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנעם שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 20אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;
21אײן יונגן אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 22אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 23און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון נתַנאֵל דעם זון פֿון צוּעַרן.
24אױפֿן דריטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חֵלוֹנען. 25זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
26אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 27אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 28אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 29און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען.
30אױפֿן פֿירטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן. 31זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
32אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 33אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 34אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 35און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן.
36אױפֿן פֿינפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. 37זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער: 38אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;
39אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקערער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 40אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 41און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין.
42אױפֿן זעקסטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. 43זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
44אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 45אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 46אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 47און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליָסָף דעם זון פֿון דְעואֵלן.
48אױפֿן זיבעטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. 49זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 50אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;
51אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 52אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 53און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן.
54אױפֿן אַכטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. 55זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
56אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 57אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 58אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 59און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן.
60אױפֿן נײַנטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גדעונין. 61זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
62אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 63אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 64אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 65און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַבֿידָן דעם זון פֿון גדעונין.
66אױפֿן צענטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דער זון פֿון עַמישַדָין. 67זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 68אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 69אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 70אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 71און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַחיעֶזֶר דעם זון פֿון עַמישַדָין.
72אױפֿן עלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. 73זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 74אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 75אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 76אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 77און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען.
78אױפֿן צװעלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. 79זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 80אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 81אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 82אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 83און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען.
84דאָס איז געװען די באַנײַונג פֿון דעם מזבח, אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן, פֿון די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל: צװעלף זילבערנע שיסלען, צװעלף זילבערנע שפּרענגבעקנס, צװעלף גילדערנע שאָלן; 85איטלעכע שיסל הונדערט און דרײַסיק שֶקל זילבער, און איטלעכער שפּרענגבעקן זיבעציק; דאָס גאַנצע זילבער פֿון די כּלים, צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל. 86צװעלף גילדערנע שאָלן פֿול מיט װײַרעך, צו צען, צו צען שֶקל אַ שאָל, אױפֿן הײליקן שֶקל; דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די שאָלן, הונדערט און צװאַנציק. 87אַלע רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער: צװעלף אָקסן; װידערס צװעלף; שעפּסן יאָריקע צװעלף, מיט זײער שפּײַזאָפּפֿער, און ציגנבעק צװעלף, פֿאַר זינדאָפּפֿער. 88און אַלע רינדער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער: פֿיר און צװאַנציק אָקסן; װידערס זעכציק, בעק זעכציק, שעפּסן יאָריקע זעכציק. דאָס איז געװען די באַנײַונג פֿון דעם מזבח נאָך דעם װי ער איז געזאַלבט געװאָרן.
89און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי ג-ט זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קֹול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק װאָס אױפֿן אָרון פֿון צײגנים, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים.

Currently Selected:

במִדְבר ז: OYTORAH

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in