וַיִּקְרָא ז
ז
1און דאָס איז דער דין פֿון דעם שולדאָפּפֿער: אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 2אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער, זאָל מען שעכטן דאָס שולדאָפּפֿער; און זײַן בלוט זאָל מען שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד אַרום. 3און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל מען מקריבֿ זײַן פֿון אים, דעם װײדל, און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, 4און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל מען עס אַראָפּנעמען. 5און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳; אַ שולדאָפּפֿער איז דאָס. 6יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די כּהנים מעג עס עסן; אין אַ הײליקן אָרט זאָל עס געגעסן װערן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 7װי דאָס זינדאָפּפֿער אַזױ דאָס שולדאָפּפֿער, אײן דין פֿאַר זײ; דער כּהן װאָס איז דערמיט מכַפּר, צו אים זאָל עס געהערן. 8און דער כּהן װאָס איז מקריבֿ עמיצנס אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָל דאָס פֿעל פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס ער האָט מקריבֿ געװען, געהערן צו אים, צום כּהן. 9און איטלעך שפּײַזאָפּפֿער װאָס װערט געבאַקן אין אױװן, און איטלעכס װאָס װערט געמאַכט אין אַ בראָטפֿאַן, אָדער אױף אַ באַקפֿאַן, זאָל געהערן צו אים, צו דעם כּהן װאָס איז דאָס מקריבֿ.
10און איטלעך שפּײַזאָפּפֿער פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער טרוקן, זאָל געהערן צו אַלע קינדער פֿון אַהרֹן, צו אײנעם אַזױ װי צום אַנדערן.
11און דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער װאָס עמיצער ברענגט צו ה׳: 12װען מען װעט עס מקריבֿ זײַן פֿון װעגן אַ דאַנקאָפּפֿער, זאָל ער ברענגען מיט דעם דאַנקאָפּפֿער אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל, און זעמלמעל גוט אָפּבריען, חלות פֿאַרמישט מיט אײל. 13אין אײנעם מיט חלות פֿון געזײַערטן ברױט זאָל ער ברענגען זײַן אָפּפֿערגאָב בײַ זײַן פֿרידאָפּפֿער פֿון דאַנק. 14און ער זאָל דערפֿון ברענגען אײנס פֿון איטלעכער אָפּפֿערגאָב אַן אָפּשײדונג צו ה׳; צו דעם כּהן װאָס שפּרענגט דאָס בלוט פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, צו אים זאָל עס געהערן.
15און דאָס פֿלײש פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער פֿון דאַנק מוז געגעסן װערן אין דעם טאָג פֿון זײַן קָרבָּן; ער זאָל נישט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי. 16אױב אָבער דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון זײַן קָרבָּן איז אַ נדר, אָדער אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה, זאָל עס געגעסן װערן אין דעם טאָג װאָס ער איז מקריבֿ זײַן שלאַכטאָפּפֿער; און אױך אױף מאָרגן מעג װאָס בלײַבט דערפֿון געגעסן װערן. 17אָבער װאָס בלײַבט פֿון דעם פֿלײש פֿון דעם שלאַכטאָפּפֿער אױפֿן דריטן טאָג זאָל אין פֿײַער פֿאַרברענט װערן. 18און אױב געגעסן װעט געגעסן װערן פֿון דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער אױפֿן דריטן טאָג, װעט עס נישט באַװיליקט װערן; עס װעט נישט גערעכנט װערן דעם װאָס איז דאָס מקריבֿ; אַן אומװערדיקײט װעט עס זײַן, און דער מענטש װאָס עסט דערפֿון װעט טראָגן זײַן זינד. 19און דאָס פֿלײש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן עפּעס אומרײנס, זאָל נישט געגעסן װערן; אין פֿײַער זאָל עס פֿאַרברענט װערן. אָבער אַזױ דאָס פֿלײש – מעג איטלעכער װאָס איז רײן, עסן דאָס פֿלײש. 20און דער מענטש װאָס װעט עסן פֿלײש פֿון אַ פֿרידאָפּפֿער װאָס צו ה׳, מיט זײַן אומרײנקײט אױף אים, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. 21און אַז עמיצער װעט זיך אָנרירן אָן עפּעס אומרײנס, אָן דער אומרײנקײט פֿון אַ מענטשן, אָדער אָן אַן אומרײנער בהמה, אָדער אָן װאָסער עס איז אומרײנעם שרץ, און ער װעט עסן פֿון דעם פֿלײש פֿון אַ פֿרידאָפּפֿער װאָס צו ה׳, זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק.
22און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 23רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: קײן חֵלבֿ פֿון אַן אָקס, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, זאָלט איר נישט עסן. 24און חֵלבֿ פֿון אַ געפֿאַלענער, און חֵלבֿ פֿון אַ פֿאַרצוקטער, מעג פֿאַרטאָן װערן אױף אַלערלײ אַרבעט; אָבער עסן זאָלט איר עס נישט עסן. 25װאָרעם איטלעכער װאָס עסט חֵלבֿ פֿון אַ בהמה װאָס מע איז מקריבֿ פֿון איר אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, זאָל דער מענטש װאָס עסט עס, פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק. 26און קײן בלוט זאָלט איר נישט עסן אין אַלע אײַערע װױנערטער, סײַ פֿון אַן עוף, סײַ פֿון אַ בהמה. 27איטלעכער מענטש װאָס װעט עסן װאָסער עס איז בלוט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק.
28און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 29רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דער װאָס איז מקריבֿ זײַן פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, ער זאָל ברענגען זײַן קָרבָּן צו ה׳ פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער. 30זײַנע הענט זאָלן ברענגען די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; דאָס פֿעטס מיט דער ברוסט זאָל ער ברענגען; די ברוסט, כּדי זי אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג צו ה׳. 31און דער כּהן זאָל דעמפֿן דאָס פֿעטס אױפֿן מזבח, און די ברוסט זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער. 32און דעם רעכטן שענקל זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צום כּהן פֿון אײַערע פֿרידאָפּפֿער. 33דער פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן װאָס איז מקריבֿ דאָס בלוט פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער און דאָס פֿעטס, צו אים זאָל געהערן דער רעכטער שענקל פֿאַר אַ חלק. 34װאָרעם די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג האָב איך גענומען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער, און האָב זײ געגעבן צו אַהרֹן דעם כּהן און צו זײַנע קינדער, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
35דאָס איז דער טײל פֿון אַהרֹנען, און דער טײל פֿון זײַנע קינדער, פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳, אין דעם טאָג װאָס מע האָט זײ געמאַכט גענענען צו זײַן כּהנים צו ה׳; 36װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן זײ צו געבן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אין דעם טאָג װאָס מע האָט זײ געזאַלבט; אַן אײביק רעכט אױף זײערע דור-דורות.
37דאָס איז דער דין פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, פֿאַרן שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַרן זינדאָפּפֿער, און פֿאַרן שולדאָפּפֿער, און פֿאַרן קָרבָּן פֿון דערפֿילונג, און פֿאַרן פֿרידאָפּפֿער; 38װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן אױפֿן באַרג סינַי, אין דעם טאָג װאָס ער האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל מקריבֿ צו זײַן זײערע קָרְבֳנוֹת צו ה׳, אין מדבר סינַי.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא ז: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: