וַיִּקְרָא ב
ב
1און אַז עמיצער װעט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער צו ה׳, זאָל זײַן קָרבָּן זײַן פֿון זעמלמעל, און ער זאָל אַרױסגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרעך. 2און ער זאָל עס ברענגען צו די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים; און ער זאָל אָנהױפֿן דערפֿון זײַן פֿולן הױפֿן – פֿון זײַן זעמלמעל, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרעך, און דער כּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 3און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳.
4און אַז דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער געבאַקן אין אַן אױװן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל, אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל.
5און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אױף אַ באַקפֿאַן איז דײַן קָרבָּן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אומגעזײַערט. 6זאָלסט עס צעבראָקן אין בראָקן, און אַרױסגיסן דערױף אײל; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס.
7און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אין אַ בראָטפֿאַן איז דײַן קָרבָּן, זאָל עס געמאַכט װערן פֿון זעמלמעל מיט אײל.
8און זאָלסט ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס װערט געמאַכט פֿון די דאָזיקע, צו ה׳; און מע זאָל עס דערלאַנגען צום כּהן, און ער זאָל עס גענענען צום מזבח. 9און דער כּהן זאָל אַראָפּהײבן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער זײַן דערמאָנונג, און דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 10און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳. 11קײן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איר װעט ברענגען צו ה׳, זאָל נישט געמאַכט װערן פֿון חמץ, װאָרעם פֿון קײן זױערטײג און קײן האָניק טאָרט איר נישט דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 12פֿאַר אַ קָרבָּן פֿון ערשטפֿרוכט מעגט איר זײ ברענגען צו ה׳, אָבער אױפֿן מזבח טאָרן זײ נישט אַרױפֿקומען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח. 13און דײַן איטלעך שפּײַזאָפּפֿער זאָלסטו מיט זאַלץ באַזאַלצן, און זאָלסט נישט אױסלאָזן פֿון דײַן שפּײַזאָפּפֿער דאָס זאַלץ פֿון דײַן ג-טס ברית; מיט דײַן איטלעכן קָרבָּן זאָלסטו מקריבֿ זײַן זאַלץ.
14און אױב דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון ערשטצײַטיקע צו ה׳, זאָלסטו ברענגען זאַנגען געברענט אין פֿײַער, גרעס פֿון פֿרישע קערנער, פֿאַר דעם שפּײַזאָפּפֿער פֿון דײַנע ערשטצײַטיקע. 15און זאָלסט אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרעך; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס. 16און דער כּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג, פֿון זײַן גריץ, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרעך, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא ב: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: