וַיִּקְרָא טז
טז
אַחֲרֵי מוֹת
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט פֿון אַהרֹנס צװײ זין, װען זײ האָבן גענענט פֿאַר ה׳, און זײַנען געשטאָרבן; 2און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו דײַן ברודער אַהרֹנען, אַז ער זאָל נישט אַרײַנגײן צו יעטװעדער צײַט אין הײליקטום אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, פֿאַרן דעק װאָס איבערן אָרון, כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן; װאָרעם איך באַװײַז זיך אין װאָלקן איבערן דעק. 3דערמיט זאָל אַהרֹן קומען אין הײליקטום: מיט אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער. 4אַ הײליק לײַנען מאַנטל זאָל ער אָנטאָן, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײַן לײַב, און מיט אַ לײַנענעם גאַרטל זאָל ער זיך אַרומגורטן, און מיט אַ לײַנענער הױב זאָל ער זיך באַהױבן; הײליקע קלײדער זײַנען דאָס, און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײ אָנטאָן. 5און פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָל ער נעמען צװײ ציגנבעק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער. 6און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים, און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט. 7און ער זאָל נעמען די צװײ בעק, און זײ אַװעקשטעלן פֿאַר ה׳ בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 8און אַהרֹן זאָל אַרױפֿטאָן אױף בײדע בעק גורלות, אײן גורל פֿאַר ה׳, און אײן גורל פֿאַר עַזאָזל. 9און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גורל פֿאַר ה׳, און אים מאַכן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 10און דער באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גורל פֿאַר עַזאָזל, זאָל אַװעקגעשטעלט װערן אַ לעבעדיקער פֿאַר ה׳, מכַפּר צו זײַן איבער אים, אים אַװעקצושיקן צו עַזאָזל אין מדבר. 11און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט; און ער זאָל שעכטן דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים. 12און ער זאָל נעמען אַ פֿולע פֿײַערפֿאַן פֿײַערקױלן פֿון דעם מזבח, פֿון פֿאַר ה׳, און זײַנע פֿולע הױפֿנס דינעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און ברענגען אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת. 13און ער זאָל אַרױפֿטאָן דעם װײַרעך אױפֿן פֿײַער פֿאַר ה׳, און דער װאָלקן פֿון דעם װײַרעך זאָל פֿאַרדעקן דעם דעק װאָס איבערן צײגנים, כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן.
14און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און שפּריצן מיט זײַן פֿינגער אױפֿן דעק צו מזרח; און פֿאַרן דעק זאָל ער שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל מיט זײַן פֿינגער. 15און ער זאָל שעכטן דעם באָק פֿון דעם זינדאָפּפֿער װאָס איז פֿאַר דעם פֿאָלק, און ער זאָל ברענגען זײַן בלוט אינעװײניק פֿון דעם פָּרוֹכֶת, און ער זאָל טאָן מיט זײַן בלוט אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם בלוט פֿון אָקס, און ער זאָל עס שפּריצן אױפֿן דעם כַּפֹּרֶת און פֿאַר דעם כַּפֹּרֶת. 16און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם הײליקטום פֿון װעגן די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון װעגן זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאָים; און אַזױ זאָל ער טאָן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס רוט בײַ זײ אין מיטן פֿון זײערע אומרײנקײטן. 17און קײן מענטש זאָל נישט זײַן אין אוֹהל-מוֹעד, װען ער קומט מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, ביז ער גײט אַרױס. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך, און אױף זײַן הױזגעזינט, און אױף דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל. 18און ער זאָל אַרױסגײן צום מזבח װאָס פֿאַר ה׳, און מכַפּר זײַן אױף אים; און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און פֿון דעם בלוט פֿון באָק, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום. 19און ער זאָל שפּריצן אױף אים פֿון דעם בלוט מיט זײַן פֿינגער זיבן מאָל, און אים רײניקן, און אים הײליקן פֿון די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 20און אַז ער װעט ענדיקן מכַפּר זײַן אױפֿן הײליקטום, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿן מזבח, זאָל ער מאַכן גענענען דעם לעבעדיקן באָק. 21און אַהרֹן זאָל אָנלענען זײַנע בײדע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם לעבעדיקן באָק, און זיך מתװדה זײַן איבער אים אױף אַלע זינד פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אױף אַלע זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאָים; און ער זאָל זײ אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם באָק, און אים אַװעקשיקן דורך דער האַנט פֿון אַן אומיסטנעם מענטשן אין מדבר. 22און דער באָק זאָל אַװעקטראָגן אױף זיך אַלע זײערע זינד אין אַן אָפּגעשניטענעם לאַנד; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם באָק אין דער מדבר. 23און אַהרֹן זאָל אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, און אױסטאָן די לײַנענע קלײדער װאָס ער האָט אָנגעטאָן בײַ זײַן אַרײַנגײן אין הײליקטום, און ער זאָל זײ דאָרטן לאָזן. 24און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער אין אַ הײליקן אָרט, און אָנטאָן זײַנע קלײדער, און אַרױסגײן, און מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון פֿאָלק, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק. 25און דאָס פֿעטס פֿון דעם זינדאָפּפֿער זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח. 26און דער װאָס אַװעקגעשיקט דעם באָק צו עַזאָזל, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער. 27און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער, װאָס זײער בלוט איז געבראַכט געװאָרן, מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל מען אַרױסטראָגן אױסן לאַגער, און פֿאַרברענען אין פֿײַער זײערע פֿעלן, און זײער פֿלײש, און זײער מיסט. 28און דער װאָס פֿאַרברענט זײ, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער.
29און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ: אין זיבעטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זאָלט איר פּײַניקן אײַער נפֿש, און קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך. 30װאָרעם אין דעם דאָזיקן טאָג װעט מען מכַפּר זײַן אױף אײַך, אײַך צו רײניקן; פֿון אַלע אײַערע זינד װעט איר רײן װערן פֿאַר ה׳. 31אַ שבת פֿון רוּונג איז דאָס פֿאַר אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אַן אײביקן געזעץ. 32און דער כּהן װאָס מע װעט אים זאַלבן, און װאָס מע װעט דערפֿילן זײַן האַנט צו זײַן אַ כּהן אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער, זאָל מכַפּר זײַן; און ער זאָל אָנטאָן די לײַנענע קלײדער, די הײליקע קלײדער. 33און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן קָדשֵי-קָדשים, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד; אױך אױפֿן מזבח זאָל ער מכַפּר זײַן, און אױף די כּהנים, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון דער אײַנזאַמלונג זאָל ער מכַפּר זײַן. 34און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ, מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון װעגן אַלע זײערע זינד, אײן מאָל אין יאָר. און ער האָט געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא טז: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: