YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא יח

יח
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם. 3אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד מִצרַיִם װאָס איר זײַט דערין געזעסן, זאָלט איר נישט טאָן; און אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד כּנַעַן, װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זאָלט איר נישט טאָן; און אין זײערע חוקים זאָלט איר נישט גײן. 4מײַנע געזעצן זאָלט איר טאָן, און מײַנע חוקים זאָלט איר היטן צו גײן אין זײ; איך בין ה׳ אלוקיכם. 5און איר זאָלט היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ: איך בין ה׳.
6איר זאָלט נישט גענענען קײן אײנער צו אַ שום לײַבנאָנטער זײַנער, צו אַנטפּלעקן די שאַנד: איך בין ה׳.
7די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער, און די שאַנד פֿון דײַן מוטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: זי איז דײַן מוטער, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
8די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס.
9די שאַנד פֿון דײַן שװעסטער, דײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער דײַן מוטערס טאָכטער, געבאָרן אין הױז, אָדער געבאָרן פֿון אױסן – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.
10די שאַנד פֿון דײַן זונס טאָכטער, אָדער פֿון דײַן טאָכטערס טאָכטער – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן שאַנד זײַנען זײ.
11די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב, געבאָרן פֿון דײַן פֿאָטער – זי איז דײַן שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
12די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן פֿאָטערס לײַבנאָנטע איז זי.
13די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן מוטערס לײַבנאָנטע איז זי.
14די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: צו זײַן װײַב זאָלסטו נישט גענענען; דײַן מומע איז זי.
15די שאַנד פֿון דײַן שנור זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן זונס װײַב איז זי, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
16די שאַנד פֿון דײַן ברודערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן ברודער איז דאָס.
17די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן. איר זונס טאָכטער, אָדער איר טאָכטערס טאָכטער, זאָלסטו נישט נעמען, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע לײַבנאָנטע זײַנען זײ, איז דאָס אַ שענדלעכקײט.
18און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו נישט נעמען צו זײַן אַ מיטװײַב, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער בײַ איר לעבן.
19און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו נישט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד.
20און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבֿר זאָלסטו נישט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.
21און פֿון דײַנע קינדער זאָלסטו נישט געבן אױף מקריבֿ זײַן צו מוֹלֶך, און זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.
22און מיט אַ מאַנספּאַרשױן זאָלסטו נישט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס.
23און מיט קײן בהמה זאָלסטו נישט ליגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר; און אַ פֿרױ זאָל נישט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ פֿאַרמישונג איז דאָס.
24איר זאָלט אײַך נישט פֿאַראומרײניקן מיט אַלע די דאָזיקע, װאָרעם מיט אַלע די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַראומרײניקט די פֿעלקער װאָס איך טרײַב אַרױס פֿון פֿאַר אײַך. 25און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן, און איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט איר פֿאַר אירע זינד, און דאָס לאַנד האָט אַרױסגעשפּיגן אירע באַװױנער. 26דערום זאָלט איר היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, און איר זאָלט נישט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך – 27װאָרעם אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָבן געטאָן די מענטשן פֿון לאַנד װאָס פֿאַר אײַך, און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן – 28כּדי דאָס לאַנד זאָל אײַך נישט אױסשפּײַען, אַז איר װעט עס פֿאַראומרײניקן, אַזױ װי עס האָט אױסגעשפּיגן דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַר אײַך. 29װאָרעם איטלעכער װאָס װעט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן – די נפֿשות װאָס טוען עס, זאָלן פֿאַרשניטן {כרת}#18‏.29 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק.
30און איר זאָלט היטן מײַן היטונג, נישט צו טאָן פֿון די אומװערדיקע אײַנפֿירן װאָס זײַנען געטאָן געװאָרן פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אײַך נישט פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in