YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא טז

טז
אַחֲרֵי מוֹת
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט#יְשַעְיָה 53‏.10 פֿון אַהרֹנס צװײ זין, װען זײ האָבן גענענט פֿאַר ה׳, און זײַנען געשטאָרבן; 2און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו דײַן ברודער אַהרֹנען, אַז ער זאָל נישט אַרײַנגײן צו יעטװעדער צײַט אין הײליקטום אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, פֿאַרן דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס איבערן אָרון, כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן; װאָרעם איך באַװײַז זיך אין װאָלקן איבערן דעק {כַּפֹּרֶת}. 3דערמיט זאָל אַהרֹן קומען אין הײליקטום: מיט אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 4אַ הײליק לײַנען מאַנטל זאָל ער אָנטאָן, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײַן לײַב, און מיט אַ לײַנענעם גאַרטל זאָל ער זיך אַרומגורטן, און מיט אַ לײַנענער הױב זאָל ער זיך באַהױבן; הײליקע קלײדער זײַנען דאָס, און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,#16‏.4 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 און זײ אָנטאָן. 5און פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָל ער נעמען צװײ ציגנבעק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אײן װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 6און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים, און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט. 7און ער זאָל נעמען די צװײ בעק, און זײ אַװעקשטעלן פֿאַר ה׳ בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 8און אַהרֹן זאָל אַרױפֿטאָן אױף בײדע בעק גורלות, אײן גורל פֿאַר ה׳, און אײן גורל פֿאַר עַזאָזל. 9און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גורל פֿאַר ה׳, און אים מאַכן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}. 10און דער באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גורל פֿאַר עַזאָזל, זאָל אַװעקגעשטעלט װערן אַ לעבעדיקער פֿאַר ה׳, מכַפּר צו זײַן איבער אים, אים אַװעקצושיקן צו עַזאָזל אין מדבר. 11און אַהרֹן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט; און ער זאָל שעכטן דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים. 12און ער זאָל נעמען אַ פֿולע פֿײַערפֿאַן פֿײַערקױלן פֿון דעם מזבח, פֿון פֿאַר ה׳, און זײַנע פֿולע הױפֿנס דינעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און ברענגען אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת. 13און ער זאָל אַרױפֿטאָן דעם װײַרעך אױפֿן פֿײַער פֿאַר ה׳, און דער װאָלקן פֿון דעם װײַרעך זאָל פֿאַרדעקן דעם דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס איבערן צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#16‏.13 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿאַרשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרעם אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תּורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תּורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לױט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן.
14און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און שפּריצן מיט זײַן פֿינגער אױפֿן דעק {כַּפֹּרֶת} צו מזרח; און פֿאַרן דעק {כַּפֹּרֶת} זאָל ער שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל מיט זײַן פֿינגער.#16‏.14 אױב דער בר אנוש דָניאֵל 7‏.13‏-14‏ װערט רעאליזירט (מתגשמת) אין משיח בן דָוִד, דעמאָלט מְלָכִים א 8‏.10‏-11 און שְמוֹת 40‏.35 איז נבֿואה מקױם. 15און ער זאָל שעכטן דעם באָק פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס איז פֿאַר דעם פֿאָלק, און ער זאָל ברענגען זײַן בלוט אינעװײניק פֿון דעם פָּרוֹכֶת, און ער זאָל טאָן מיט זײַן בלוט אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם בלוט פֿון אָקס, און ער זאָל עס שפּריצן#יְשַעְיָה 52‏.15 אױפֿן דעם כַּפֹּרֶת און פֿאַר דעם כַּפֹּרֶת. 16און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם הײליקטום פֿון װעגן די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿון װעגן זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאָים; און אַזױ זאָל ער טאָן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס רוט בײַ זײ אין מיטן פֿון זײערע אומרײנקײטן. 17און קײן מענטש זאָל נישט זײַן אין אוֹהל-מוֹעד, װען ער קומט מכַפּר#16‏.17 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. צו זײַן אין הײליקטום, ביז ער גײט אַרױס. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך, און אױף זײַן הױזגעזינט, און אױף דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל. 18און ער זאָל אַרױסגײן צום מזבח װאָס פֿאַר ה׳, און מכַפּר זײַן אױף אים; און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און פֿון דעם בלוט פֿון באָק, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום. 19און ער זאָל שפּריצן#יְשַעְיָה 52‏.15 אױף אים פֿון דעם בלוט מיט זײַן פֿינגער זיבן מאָל, און אים רײניקן, און אים הײליקן פֿון די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 20און אַז ער װעט ענדיקן מכַפּר זײַן אױפֿן הײליקטום, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿן מזבח, זאָל ער מאַכן גענענען דעם לעבעדיקן באָק. 21און אַהרֹן זאָל אָנלענען זײַנע בײדע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם לעבעדיקן באָק, און זיך מתװדה זײַן איבער אים אױף אַלע זינד פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אױף אַלע זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאָים; און ער זאָל זײ אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם באָק, און אים אַװעקשיקן דורך דער האַנט פֿון אַן אומיסטנעם מענטשן אין מדבר. 22און דער באָק זאָל אַװעקטראָגן {נשׂא}#יְשַעְיָה 53‏.4 אױף זיך אַלע זײערע זינד אין אַן אָפּגעשניטענעם לאַנד; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם באָק אין דער מדבר. 23און אַהרֹן זאָל אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, און אױסטאָן די לײַנענע קלײדער װאָס ער האָט אָנגעטאָן בײַ זײַן אַרײַנגײן אין הײליקטום, און ער זאָל זײ דאָרטן לאָזן. 24און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער#16‏.24 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 אין אַ הײליקן אָרט, און אָנטאָן זײַנע קלײדער, און אַרױסגײן, און מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון פֿאָלק, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק. 25און דאָס פֿעטס פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח. 26און דער װאָס אַװעקגעשיקט דעם באָק צו עַזאָזל, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,#16‏.26 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער. 27און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, װאָס זײער בלוט איז געבראַכט געװאָרן, מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל מען אַרױסטראָגן אױסן לאַגער#16‏.27 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד., און פֿאַרברענען אין פֿײַער זײערע פֿעלן, און זײער פֿלײש, און זײער מיסט. 28און דער װאָס פֿאַרברענט זײ, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער,#16‏.28 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער.
29און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ: אין זיבעטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זאָלט איר פּײַניקן#יְשַעְיָה 53‏.7 {ענה}#יְשַעְיָה 53‏.4 אײַער נפֿש#יְשַעְיָה 53‏.10, און קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך. 30װאָרעם אין דעם דאָזיקן טאָג װעט מען מכַפּר זײַן אױף אײַך, אײַך צו רײניקן; פֿון אַלע אײַערע זינד װעט איר רײן װערן פֿאַר ה׳. 31אַ שבת פֿון רוּונג איז דאָס פֿאַר אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אַן אײביקן געזעץ. 32און דער כּהן װאָס מע װעט אים זאַלבן, און װאָס מע װעט דערפֿילן זײַן האַנט צו זײַן אַ כּהן אױף דעם אָרט#16‏.32 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53‏.8. פֿון זײַן פֿאָטער, זאָל מכַפּר זײַן; און ער זאָל אָנטאָן די לײַנענע קלײדער, די הײליקע קלײדער. 33און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן קָדשֵי-קָדשים, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד; אױך אױפֿן מזבח זאָל ער מכַפּר זײַן, און אױף די כּהנים, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון דער אײַנזאַמלונג זאָל ער מכַפּר זײַן. 34און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ, מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון װעגן אַלע זײערע זינד, אײן מאָל אין יאָר. און ער האָט געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in