וַיִּקְרָא י
י
1און די זין פֿון אַהרֹנען, נָדָבֿ און אַבֿיהוא, האָבן גענומען איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און האָבן אַרײַנגעלײגט דערין פֿײַער, און אַרױפֿגעטאָן דערױף װײַרעך, און געבראַכט פֿאַר ה׳ פֿרעמד פֿײַער, װאָס ער האָט זײ נישט באַפֿױלן. 2איז אַרױס אַ פֿײַער פֿון פֿאַר ה׳, און האָט זײ פֿאַרצערט, און זײ זײַנען געשטאָרבן פֿאַר ה׳. 3און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דאָס איז װאָס ה׳ האָט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דורך מײַנע נאָנטע װעל איך געהײליקט װערן, און פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק װעל איך געערלעכט װערן. און אַהרֹן האָט געשװיגן. 4און משה האָט גערופֿן מישָאֵל און אֶלצָפָֿן, די זין פֿון עוזיאֵל, אַהרֹנס פֿעטער, און האָט צו זײ געזאָגט: גענענט, טראָגט אַרױס אײַערע ברידער פֿון פֿאַר דעם הײליקטום אױסן לאַגער. 5האָבן זײ גענענט, און האָבן זײ אַרױסגעטראָגן אין זײערע מאַנטלען אױסן לאַגער, אַזױ װי משה האָט גערעדט.
6און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזָרן און צו איתָמָרן, זײַנע זין: אײַערע קעפּ זאָלט איר נישט לאָזן פֿאַרװאַקסן, און אײַערע קלײדער זאָלט איר נישט אײַנרײַסן, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן, און אױף דער גאַנצער עדה װעט ער צערענען; נאָר אײַערע ברידער, דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָלן באַװײנען די פֿאַרברענונג װאָס ה׳ האָט פֿאַרברענט. 7און פֿון אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר נישט אַרױסגײן, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן; װאָרעם דאָס אײל פֿון ה׳ס זאַלבונג איז אױף אײַך. און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן.
8און ה׳ האָט גערעדט צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 9װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָלסטו נישט טרינקען, דו און דײַנע זין מיט דיר, װען איר גײט אַרײַן אין אוֹהל-מוֹעד, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות; 10כּדי איר זאָלט אָפּשײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן, און צװישן אומרײנעם און רײנעם;
11און לערנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַלע געזעצן װאָס ה׳ האָט זײ געהײסן דורך משהן.
12און משה האָט גערעדט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזָרן און צו איתָמָרן, זײַנע געבליבענע זין: נעמט דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} װאָס בלײַבט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳, און עסט עס אומגעזײַערט לעבן מזבח; װאָרעם אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 13און איר זאָלט עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װײַל דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט איז דאָס פֿון די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳; װאָרעם אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן. 14און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} זאָלט איר עסן אין אַ רײנעם אָרט, דו, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער מיט דיר; װאָרעם װי דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט זײַנען זײ געגעבן געװאָרן פֿון די פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 15דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג זאָלן זײ ברענגען מיט די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון פֿעטס, כּדי זײ אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; און עס זאָל געהערן צו דיר, און צו דײַנע קינדער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן.
16און משה האָט נאָכפֿרעגן זיך נאָכגעפֿרעגט װעגן דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, ערשט ער איז פֿאַרברענט געװאָרן. האָט ער געצערנט אױף אֶלעָזָרן און אױף איתָמָרן, אַהרֹנס געבליבענע זין, אַזױ צו זאָגן:
17פֿאַר װאָס האָט איר נישט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} אין הײליקן אָרט? װאָרעם אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, און ער האָט דאָס אײַך געגעבן, כּדי צו נעמען אױף זיך די זינד פֿון דער עדה, מכַפּר צו זײַן אױף זײ פֿאַר ה׳. 18זײַן בלוט איז דאָך נישט געבראַכט געװאָרן אינעװײניק אין הײליקטום; עסן האָט איר עס געזאָלט עסן אין הײליקטום, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן.
19האָט אַהרֹן גערעדט צו משהן: אָט האָבן זײ הײַנט געבראַכט זײער זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} און זײער בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿאַר ה׳, און מיר האָט אַזױ װאָס געטראָפֿן, און אַז איך װאָלט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} הײַנט, װאָלט עס דען װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ה׳? 20און משה האָט צוגעהערט, און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא י: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel

: