ברֵאשִית מז
מז
1און יוֹסף איז געגאַנגען און האָט דערצײלט פַּרעהן, און האָט געזאָגט: מײַן פֿאָטער און מײַנע ברידער, מיט זײערע שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן, זײַנען געקומען פֿון לאַנד כּנַעַן, און זײ זײַנען אין לאַנד גוֹשֶן. 2און פֿון צװישן זײַנע ברידער האָט ער גענומען פֿינף מאַן, און האָט זײ געשטעלט פֿאַר פַּרעהן. 3האָט פַּרעה געזאָגט צו זײַנע ברידער: װאָס איז אײַער טאָן? האָבן זײ געזאָגט צו פַּרעהן: פּאַסטוכער פֿון שאָף זײַנען דײַנע קנעכט, אַזױ מיר, אַזױ אונדזערע עלטערן. 4און זײ האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: צו װױנען אין לאַנד זײַנען מיר געקומען, װאָרום עס איז נישטאָ קײן פֿיטערונג פֿאַר די שאָף פֿון דײַנע קנעכט, װײַל דער הונגער איז שװער אין לאַנד כּנַעַן. און אַצונד, איך בעט דיך, זאָלן דײַנע קנעכט זיצן אין לאַנד גוֹשֶן.
5האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן, אַזױ צו זאָגן: דײַן פֿאָטער און דײַנע ברידער זײַנען געקומען צו דיר; 6דאָס לאַנד מִצרַיִם ליגט פֿאַר דיר, אין בעסטן טײל פֿון לאַנד באַזעץ דײַן פֿאָטער און דײַנע ברידער. זאָלן זײ זיצן אין לאַנד גוֹשֶן. און אױב דו װײסט אַז צװישן זײ זײַנען דאָ טױגלעכע מענטשן, זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אױפֿזעערס איבער דעם פֿיך װאָס איך האָב.
7און יוֹסף האָט געבראַכט זײַן פֿאָטער יעקבֿן, און ער האָט אים געשטעלט פֿאַר פַּרעהן; און יעקבֿ האָט געבענטשט פַּרעהן. 8און פַּרעה האָט געזאָגט צו יעקבֿן: װיפֿל זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון דײַן לעבן? 9האָט יעקבֿ געזאָגט צו פַּרעהן: די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַן װאַנדערשאַפט זײַנען הונדערט און דרײַסיק יאָר. װינציק און שלעכט זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַן לעבן, און זײ קומען נישט צו די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַנע עלטערנס לעבן אין די טעג פֿון זײער װאַנדערשאַפט. 10און יעקבֿ האָט געבענטשט פַּרעהן, און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר פַּרעהן.
11און יוֹסף האָט באַזעצט זײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, און ער האָט זײ געגעבן אײגנטום אין לאַנד מִצרַיִם, אין בעסטן טײל פֿון לאַנד, אין לאַנד רַעְמסֵס, אַזױ װי פַּרעה האָט באַפֿױלן. 12און יוֹסף האָט אױסגעהאַלטן זײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַן פֿאָטער, מיט ברױט, װי נאָכן געזינד.
13און קײן ברױט איז נישט געװען אין גאַנצן לאַנד, װאָרום דער הונגער איז געװען זײער שװער, און דאָס לאַנד מִצרַיִם און דאָס לאַנד כּנַעַן זײַנען אױסגעמאַטערט געװאָרן פֿון דעם הונגער. 14און יוֹסף האָט אױפֿגעקליבן דאָס גאַנצע געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין לאַנד מִצרַיִם און אין לאַנד כּנַעַן, פֿאַר דער תּבֿואה װאָס זײ האָבן געקױפֿט. און יוֹסף האָט געבראַכט דאָס געלט אין פַּרעהס הױז. 15און אַז דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם און פֿון לאַנד כּנַעַן, זײַנען אַלע מִצרַיִם געקומען צו יוֹספֿן, אַזױ צו זאָגן: גיב אונדז ברױט; װאָרום נאָך װאָס זאָלן מיר שטאַרבן פֿאַר דיר? אַז דאָס געלט האָט זיך אױסגעלאָזט. 16האָט יוֹסף געזאָגט: גיט אײַערע פֿיך, און איך װעל אײַך געבן פֿאַר אײַערע פֿיך, אױב דאָס געלט האָט זיך אױסגעלאָזט. 17האָבן זײ געבראַכט זײערע פֿיך צו יוֹספֿן, און יוֹסף האָט זײ געגעבן ברױט פֿאַר פֿערד, און פֿאַר סטאַדעס שאָף, און פֿאַר סטאַדעס רינדער, און פֿאַר אײזלען; און ער האָט זײ פֿאַרזאָרגט מיט ברױט אין יענעם יאָר, פֿאַר אַלע זײערע פֿיך.
18האָט זיך דאָס יאָר געענדיקט; און אױפֿן צװײטן יאָר זײַנען זײ געקומען צו אים, און האָבן צו אים געזאָגט: מיר װעלן נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן האַר, אַז אַזױ װי דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען, און די סטאַדעס פֿיך זײַנען בײַ מײַן האַר, איז נישט געבליבן פֿאַר מײַן האַר אַחוץ נאָר אונדזער לײַב און אונדזער ערד. 19נאָך װאָס זאָלן מיר אומקומען פֿאַר דײַנע אױגן, אי מיר אי אונדזער ערד? קױף אָפּ אונדז און אונדזער ערד פֿאַר ברױט, און מיר מיט אונדזער ערד װעלן זײַן קנעכט צו פַּרעהן; און גיב אונדז זריעה, כּדי מיר זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן, און די ערד זאָל נישט פֿאַרװיסט װערן.#47.19 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד און די גאולה פֿון דעם גוף.
20האָט יוֹסף אָפּגעקױפֿט די גאַנצע ערד פֿון מִצרַיִם פֿאַר פַּרעהן, װאָרום די מִצרַיִם האָבן פֿאַרקױפֿט איטלעכער זײַן פֿעלד, װײַל דער הונגער האָט זיך געשטאַרקט איבער זײ; און דאָס לאַנד איז געװאָרן פַּרעהס. 21און דאָס פֿאָלק, זײ האָט ער שטעטװײַז איבערגעפֿירט פֿון אײן עק געמאַרק פֿון מִצרַיִם צום אַנדער עק. 22נאָר די ערד פֿון די פּריסטער האָט ער נישט אָפּגעקױפֿט, װײַל די פּריסטער האָבן געקריגן אַ קִצבֿה פֿון פַּרעהן, און זײ האָבן געגעסן זײער קִצבֿה װאָס פַּרעה האָט זײ געגעבן; דערום האָבן זײ נישט פֿאַרקױפֿט זײער ערד.
23און יוֹסף האָט געזאָגט צום פֿאָלק: אָט האָב איך הײַנט אָפּגעקױפֿט אײַך און אײַער לאַנד פֿאַר פַּרעהן; נאַט אײַך זריעה, און פֿאַרזײט די ערד. 24און עס װעט זײַן בײַ די תּבֿואות, װעט איר געבן אַ פֿינפֿטל צו פַּרעהן, און פֿיר חלקים װעלן אײַך זײַן פֿאַר זריעה פֿון פֿעלד, און פֿאַר אײַער עסן, און פֿאַר די װאָס אין אײַערע הײַזער, און צום עסן פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער.
25האָבן זײ געזאָגט: האָסט אונדז דאָס לעבן דערהאַלטן; לאָמיר געפֿינען חֵן אין די אױגן פֿון מײַן האַר, און מיר װעלן זײַן קנעכט צו פַּרעהן. 26און יוֹסף האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ געזעץ ביז אױף הײַנטיקן טאָג אױף דער ערד פֿון מִצרַיִם, אַז צו פַּרעהן זאָל געהערן אַ פֿינפֿטל. נאָר די ערד פֿון די פּריסטער אַלײן איז נישט געװאָרן פַּרעהס.
27און יִשׂרָאֵל איז געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, אין לאַנד גוֹשֶן; און זײ האָבן זיך דאָרטן אײַנגעפֿעסטיקט, און האָבן זיך געפֿרוכפּערט און געמערט זײער.
וַיְחִי
28און יעקבֿ האָט געלעבט אין לאַנד מִצרַיִם זיבעצן יאָר; און די טעג פֿון יעקבֿן, די יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען געװען הונדערט יאָר און זיבן און פֿערציק יאָר. 29און די טעג פֿון יִשׂרָאֵלן האָבן גענענט צום שטאַרבן, און ער האָט גערופֿן זײַן זון יוֹספֿן, און האָט צו אים געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, טו, איך בעט דיך, דײַן האַנט אונטער מײַן דיך, און זאָלסט טאָן מיט מיר אַ חֶסֶד און אַ טרײַשאַפֿט: זאָלסט מיך נישט באַגראָבן, איך בעט דיך, אין מִצרַיִם. 30און אַז איך װעל זיך לײגן צו מײַנע עלטערן, זאָלסטו מיך אַװעקטראָגן פֿון מִצרַיִם, און מיך באַגראָבן אין זײער קבֿר. האָט ער געזאָגט: איך װעל טאָן אַזױ װי דײַן װאָרט. 31האָט ער געזאָגט: שװער מיר. און ער האָט אים געשװאָרן; און יִשׂרָאֵל האָט זיך געבוקט צוקאָפּנס פֿון בעט.
Currently Selected:
ברֵאשִית מז: OYT2023
Highlight
Share
Copy

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: