שְמוֹת לח
לח
1און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן זײַן לענג, און פֿינף אײלן זײַן ברײט, פֿירעקעכדיק, און דרײַ אײלן זײַן הײך. 2און ער האָט געמאַכט זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זײַנען געװען זײַנע הערנער; און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט קופּער. 3און ער האָט געמאַכט אַלע כּלים פֿון מזבח, די טעףּ, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס, די גאָפּלען, און די פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים האָט ער געמאַכט פֿון קופּער. 4און ער האָט געמאַכט צום מזבח אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט אונטער זײַן געזימס, פֿון אונטן ביז זײַן העלפֿט. 5און ער האָט אױסגעגאָסן פֿיר רינגען פֿאַר די פֿיר עקן פֿון דער קופּערנער זיףּ, אױערן פֿאַר די שטאַנגען. 6און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט קופּער. 7און ער האָט אַרײַנגעצױגן די שטאַנגען אין די רינגען אױף די זײַטן פֿון מזבח, אים צו טראָגן אױף זײ; הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, האָט ער אים געמאַכט.
8און ער האָט געמאַכט דעם האַנטפֿאַס פֿון קופּער, און זײַן געשטעל פֿון קופּער, פֿון די שפּיגלען פֿון די װײַבער װאָס פֿלעגן זיך אײַנזאַמלען בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
9און ער האָט געמאַכט דעם הױף: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿון הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן; 10די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 11און פֿאַר דער צפֿון-זײַט, הונדערט אײלן; די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 12און פֿאַר דער מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן; די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 13און פֿאַר דער מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג, פֿופֿציק אײלן.
14אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט פֿון טױער, פֿופֿצן אײלן; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. 15און אַזױ אױף דער צװײטער זײַט; אי אױף דער זײַט אי אױף דער אַנדער זײַט פֿון טױער פֿון הױף אַרומהאַנגען פֿופֿצן אײלן; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. 16אַלע אַרומהאַנגען פֿון הױף רונד אַרום, פֿון געדרײַטן לײַנען.
17און די שװעלן צו די זײַלן, פֿון קופּער: די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער; און דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ, פֿון זילבער; און זײ זײַנען געװען אַרומגערײפֿט מיט זילבער, אַלע זײַלן פֿון הױף. 18און דער טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף איז געװען געשטיקטע אַרבעט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; און צװאַנציק אײלן די לענג, און די הײך – פֿאַר ברײט – פֿינף אײלן, גלײַך מיט די אַרומהאַנגען פֿון הױף. 19און די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר, פֿון קופּער; זײערע העקלעך, פֿון זילבער, דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער; 20און אַלע פֿלעקלעך פֿון מישכּן און פֿון הױף רונד אַרום, פֿון קופּער.
פְּקודֵי
21דאָס זײַנען די איבערצײלונגען פֿון מישכּן, דעם מישכּן פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#38.21 שְמוֹת 20.1-2; שְמוֹת 5.2; שְמוֹת 20.3-6; דְבָֿרִים 17.2-7; שְמוֹת 20.7; וַיִּקְרָא 24.15-16; שְמוֹת 20.8-11; במִדְבר 15.32-35; שְמוֹת 20.12; וַיִּקְרָא 20.9; שְמוֹת 20.13; במִדְבר 35.30; שְמוֹת 20.14; וַיִּקְרָא 20.10; שְמוֹת 20.15; יְהוֹשועַ 7.21; שְמוֹת 20.16; במִדְבר 16.1-35; שְמוֹת 20.17; יְהוֹשועַ 7.21; יְשַעְיָה 53.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27.26) משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2.4) זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח װאָס זײַנען איבערגעצײלט געװאָרן לױט דעם מױל פֿון משהן דורך דער אַרבעט פֿון די לוִיִים אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן. – 22און בצַלאֵל דער זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהוּדה, האָט געמאַכט אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
23און מיט אים איז געװען אָהליאָב דער זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן, אַ מײַנסטער, און אַ קינצלער, און אַ שטיקער אין בלאָער װאָל, און אין פּורפּל, און אין װערמילרױט, און אין לײַנען. – 24דאָס גאַנצע גאָלד װאָס איז פֿאַרטאָן געװאָרן אױף דער אַרבעט בײַ דער גאַנצער אַרבעט פֿון הײליקטום, דאָס גאָלד פֿון דער אױפֿהײבונג, איז געװען נײַן און צװאַנציק צענטנער, און זיבן הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל. 25און דאָס זילבער פֿון דער צײלונג פֿון דער עדה#38.25 די עדה פֿון ה׳, װעלכעס איז די קהלה פֿון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זײַל און פֿונדאַמענט פונם אמת, װעלכעס די טויערן פֿון שְׁאֹול תחתית װעלן זי נישט בײַקומען; דאָס קהלה, דינענדיק ה׳ און אַלע כתבי הקודש, װעלכעס זענען אינספירירט פֿון ה׳ס גײַסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארױפצופירן אױפֿן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כּדי דער מענטש פֿון ג‑ט זאָל זײַן שלמותדיק, פֿעליק צוגעגרײט צו כּלערלײ מעשׂים טובים. איז געװען הונדערט צענטנער, און טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל. 26אַ בקַע אױף אַ קאָפּ, אַ האַלבער שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל, פֿאַר איטלעכן װאָס איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער צײלונג, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, פֿאַר זעקס הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. 27און די הונדערט צענטנער זילבער זײַנען געװען אױף אױסצוגיסן די שװעלן פֿון הײליקטום, און די שװעלן פֿון פָּרוֹכֶת; הונדערט שװעלן פֿון הונדערט צענטנער, אַ צענטנער אױף אַ שװעל. 28און פֿון די טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק האָט מען געמאַכט העקלעך צו די זײַלן, און איבערגעצױגן זײערע קעףּ, און זײ אַרומגערײפֿט. 29און דאָס קופּער פֿון דער אױפֿהײבונג איז געװען זיבעציק צענטנער, און צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט שֶקל. 30און מע האָט דערפֿון געמאַכט די שװעלן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דעם קופּערנעם מזבח, און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, און אַלע כּלים פֿון מזבח, 31און די שװעלן פֿון הױף רונד אַרום, און די שװעלן פֿון דעם טױער פֿון הױף, און אַלע פֿלעקלעך פֿון מישכּן, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף רונד אַרום.
Currently Selected:
שְמוֹת לח: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: