שְמוֹת י
י
בֹּא
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, װאָרום איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע קנעכט, כּדי איך זאָל טאָן מײַנע דאָזיקע צײכנס צװישן אים; 2און כּדי זאָלסט דערצײלן אין די אױערן פֿון דײַן זון, און פֿון דײַן זונס זון, װאָס איך האָב אָנגעטאָן מִצרַיִם, און מײַנע צײכנס װאָס איך האָב געמאַכט צװישן זײ; און איר זאָלט װיסן, אַז איך בין ה׳.
3זײַנען משה און אַהרן געקומען צו פַּרעהן, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער ג-ט פֿון די עִבֿרים: ביז װאַנען װעסטו זיך נישט װעלן בײגן פֿאַר מיר? לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען.#10.3 זען הערה דָניאֵל 7.14 4װאָרום אױב דו װיסלט נישט אַװעקלאָזן מײַן פֿאָלק, אָט ברענג איך מאָרגן אַ הײשעריק אין דײַן גבֿול. 5און ער װעט פֿאַרדעקן דעם אָנבליק פֿון דער ערד, אַז מע װעט נישט קענען אַרױסזען די ערד; און ער װעט אױפֿעסן דעם רעשט פֿון דער אַנטרינונג, װאָס אײַך איז געבליבן פֿון דעם האָגל, און װעט אױפֿעסן יעטװעדער בױם װאָס װאַקסט בײַ אײַך אױפֿן פֿעלד. 6און אָנגעפֿילט װעלן װערן דײַנע הײַזער, און די הײַזער פֿון אַלע דײַנע קנעכט, און די הײַזער פֿון גאַנץ מִצרַיִם; װאָס דײַנע עלטערן און דײַנע עלטערנס עלטערן האָבן נישט געזען פֿון דעם טאָג, װאָס זײ זײַנען געװען אױף דער ערד, און ביז הײַנטיקן טאָג. – און ער האָט זיך אומגעקערט, און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן.
7האָבן פַּרעהס קנעכט צו אים געזאָגט: ביז װאַנען װעט דער דאָזיקער אונדז זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג? לאָז אַװעק די לײַט, און זאָלן זײ דינען ה׳ זײער ג-ט. צי נאָך װײסטו נישט אַז מִצרַיִם גײט אונטער?
8האָט מען אומגעקערט משהן און אַהרֹנען צו פַּרעהן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט דינט#10.8 זען הערה דָניאֵל 7.14 ה׳ אלוקיכם; אָבער װער און װער זײַנען די גײער? 9האָט משה געזאָגט: מיט אונדזערע יונגע און מיט אונדזערע אַלטע װעלן מיר גײן; מיט אונדזערע זין און מיט אונדזערע טעכטער, מיט אונדזערע שאָף און מיט אונדזערע רינדער װעלן מיר גײן; װאָרום אַ יוֹם-טובֿ צו ה׳ איז בײַ אונדז. 10האָט ער צו זײ געזאָגט: זאָל ה׳ אַזױ זײַן מיט אײַך, װי איך װעל אײַך אַװעקלאָזן מיט אײַערע געזינטן! זעט, אַז איר האָט עפּעס שלעכטס אין אױסקוק. 11נישט אַזױ! גײט אַקאָרשט איר מענער און דינט#10.11 זען הערה דָניאֵל 7.14 ה׳, װאָרום דאָס איז דאָך װאָס איר פֿאַרלאַנגט. – און מע האָט זײ אַרױסגעטריבן פֿון פֿאַר פַּרעהן.
12האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן לאַנד מִצרַיִם װעגן דעם הײשעריק, און ער װעט אַרױפֿגײן אױפֿן לאַנד מִצרַיִם, און װעט אױפֿעסן יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון דער ערד, אַלץ װאָס דער האָגל האָט איבערגעלאָזן.
13און משה האָט אױסגעשטרעקט זײַן שטעקן אױפֿן לאַנד מִצרַיִם, און ה׳ האָט געטריבן אַ מזרח-װינט אױפֿן לאַנד יענעם גאַנצן טאָג און די גאַנצע נאַכט; װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ האָט דער מזרח-װינט אָנגעטראָגן דעם הײשעריק. 14און דער הײשעריק איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין דעם גאַנצן גבֿול פֿון מִצרַיִם זײער שװער; נישט פֿאַר אים איז געװען אַזאַ הײשעריק װי ער, און נישט נאָך אים װעט זײַן אַזאַ. 15און ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער גאַנצער ערד, און די ערד איז פֿינצטער געװאָרן; און ער האָט אױפֿגעגעסן יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון דער ערד, און יעטװעדער פֿרוכט פֿון בױם, װאָס דער האָגל האָט איבערגעלאָזן; און עס איז נישט געבליבן קײן גרינס פֿון אַ בױם אָדער פֿון אַ קרײַטעכץ פֿון פֿעלד אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
16האָט פַּרעה גערופֿן אױף גיך משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: איך האָב געזינדיקט צו ה׳ אלוקיכם, און צו אײַך. 17און אַצונד פֿאַרגיב, איך בעט דיך, מײַן חטא בלױז דאָס מאָל, און בעט צו ה׳ אלוקיכם, ער זאָל אָפּטאָן פֿון מיר נאָר די דאָזיקע טױט.
18איז ער אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און האָט געבעטן צו ה׳. 19און ה׳ האָט פֿאַרקערט זײער אַ שטאַרקן מערבֿ-װינט, װאָס האָט אַװעקגעטראָגן דעם הײשעריק, און האָט אים אַרײַנגעשטופּט אין ים-סוףֿ; נישט אַן אײנציקער הײשעריק איז געבליבן אין גאַנצן גבֿול פֿון מִצרַיִם.
20אָבער ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט נישט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
21און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אַקעגן הימל, און זאָל װערן אַ פֿינצטערניש איבערן לאַנד מִצרַיִם, אַז מע זאָל קענען אָנטאַפּן די פֿינצטערניש.
22האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אַקעגן הימל, און עס איז געװען אַ שטאָקפֿינצטערניש אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם דרײַ טעג. 23זײ האָבן אײנער דעם אַנדערן נישט געזען, און זײ האָבן זיך קײנער נישט אױפֿגעהױבן פֿון זײַן אָרט דרײַ טעג. אָבער בײַ אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז געװען ליכטיק אין זײערע װױנערטער.
24האָט פַּרעה גערופֿן משהן, און האָט געזאָגט: גײט דינט#10.24 זען הערה דָניאֵל 7.14 ה׳; נאָר אײַערע שאָף און אײַערע רינדער זאָלן זיך אָפּשטעלן; אײַערע געזינטן זאָלן אױך גײן מיט אײַך. 25האָט משה געזאָגט: אי דו מוזט אונדז מיטגעבן שלאַכטאָפּפֿער {זֶבַֿח} און בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, כּדי מיר זאָלן מקריבֿ זײַן צו ה׳ אלוקינו, 26אי אונדזער פֿיך מוז מיטגײן מיט אונדז; נישט אַ טלאָ זאָל איבערבלײַבן; װאָרום דערפֿון װעלן מיר נעמען אױף צו דינען#10.26 זען הערה דָניאֵל 7.14 ה׳ אלוקינו; און מיר װײסן נישט מיט װאָס מיר װעלן דאַרפֿן דינען ה׳, ביז מיר קומען אַהין.
27אָבער ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט זײ נישט געװאָלט אַװעקלאָזן. 28און פַּרעה האָט צו אים געזאָגט: גײ אַװעק פֿון מיר; היט זיך, זאָלסט מער מײַן פּנים נישט זען, װאָרום אין דעם טאָג װאָס דו זעסט מײַן פּנים, װעסטו שטאַרבן. 29האָט משה געזאָגט: האָסט ריכטיק גערעדט; איך װעל מער װידער דײַן פּנים נישט זען.
Currently Selected:
שְמוֹת י: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: