YouVersion Logo
Search Icon

טיטוס בריוו 3

3
קאפיטל דריי
1דערמאן זיי צו זיין אונטערטעניק צו מושלים און ממשלות, צו זיין געהארכזאם, צו זיין גרייט צו כלערליי מעשים טובים, 2נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיינעמען, נישט צו זיין קריגעריש, נאר באשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עניוותדיקייט צו אלע מענטשן. 3ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע. 4ווען אבער עס האט זיך באוויזן די גוטסקייט פון ה׳ אונדזער רעטער, און זיין ליבע צו מענטשן, 5נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש, 6וועלכן ער האט רייכלעך אויסגעגאסן אויף אונדז דורך יהושע/ישוע המשיחן אונדזער גואל; 7כדי זייענדיק גערעכטפערטיקט דורך זיין חסד, זאלן מיר ווערן יורשים לויט דער האפענונג פון אייביקן לעבן. 8עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן; 9נארישע מחלוקת אבער און יחוס בריוו און צאנקעריי און קריגערייען וועגן דער תורה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אומנוצלעך און פוסט. 10א מענטשן וועלכער ברענגט אריין כיתות, מייד אויס נאך אן איינמאליקער אדער צוויימאליקער ווארנונג, 11וויסנדיק, אז אזעלכער איז פארקערט און זינדיקט, און איז פון זיך אליין פאראורטיילט.
12ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן. 13זענאסן, דעם בעל תורה, און אפאלאסן שיק געשווינט פארויס, כדי עס זאל זיי גארנישט פעלן. 14און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר.
עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר. 15גיב אפ שלום צו די, וועלכע האבן אונדז ליב אין דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in