YouVersion Logo
Search Icon

די אנטפלעקונג 8

8
קאפיטל אכט
1און ווען ער האט געעפנט די זיבעטע חתימה, איז געווארן א שטילקייט אין הימל אן ערך א האלבע שעה. 2און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.
3און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד. 4און דער רויך פון דעם קטורת, מיט די תפילות פון די קדושים, איז ארויפגעשטיגן פאר ה׳ אויס דער האנט פון דעם מלאך. 5און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש.
6און די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן שופרות, האבן זיך צוגעגרייט צום בלאזן. 7און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.
8און דער צווייטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז געווען ווי א גרויסער פייער פלאמענדיקער בארג וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין, און א דריטל פון דעם ים איז געווארן בלוט; 9און א דריטל פון די לעבעדיקע באשעפענישן אין ים איז אויסגעשטארבן; און א דריטל פון די שיפן איז צעשטערט געווארן.
10און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער; 11און דער נאמען פון דעם שטערן הייסט ווערמוט; און א דריטל פון די וואסערן איז געווארן ווערמוט; און א סך מענטשן זענען געשטארבן פון די וואסערן, ווייל זיי זענען געווען ביטער.
12און דער פערטער מלאך האט געבלאזן, און א דריטל פון דער זון איז געפלאגט געווארן, און א דריטל פון דער לבנה, און א דריטל פון די שטערן, כדי א דריטל פון זיי זאל זיך פארפינסטערן, און דער טאג זאל נישט שיינען זיין דריט חלק, און די נאכט אויך אזוי.
13און איך האב געזען, און געהערט אן אדלער, פליענדיק אינמיטן הימל, זאגן מיט א הויך קול: וויי! וויי! וויי צו די איינוואוינער אויף דער ערד, וועגן די איבריקע קולות פון דעם שופר פון די דריי מלאכים, וועלכע וועלן נאך בלאזן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in