די אנטפלעקונג 9:10-10
די אנטפלעקונג 9:10-10 OYBC
און איך בין אהינגעגאנגען צום מלאך, און האב צו אים געזאגט: גיב מיר דאס ספר. און ער האט צו מיר געזאגט: נעם און עס עס אויף; און עס וועט דיר ביטער מאכן אין בויך, נאר אין דיין מויל וועט עס זיין זיס ווי האניק. (יחזקאל ב, ט; ג, ג.) און איך האב גענומען דאס ספר אויס דער האנט פון דעם מלאך, און האב עס אויפגעגעסן; און עס איז געווען אין מיין מויל אזוי זיס, ווי האניק, און ווען איך האב עס אויפגעגעסן, איז מיר געווארן ביטער אין בויך.





