YouVersion Logo
Search Icon

די אנטפלעקונג 1

1
1די אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכע ה׳ האט אים געגעבן, צו ווייזן צו זיינע קנעכט, וואס עס דארף געשען אין גיכן; און ער האט געשיקט און עס צו וויסן געטאן דורך זיין מלאך צו זיין קנעכט יוחנן, 2וועלכער האט עדות געזאגט אויף ה׳ס ווארט און אויף דעם עדות פון יהושע/ישוע המשיחן, אלץ, וואס ער האט געזען. 3וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט.
4יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד; 5און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט, 6און אונדז געמאכט פאר א קעניגרייך, כהנים צו ה׳ און זיין פאטער; צו אים זאל זיין דער כבוד און די מאכט לעלמי עולמים. אמן. 7זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.
8איך בין אלף און תוו, זאגט דער האר ג‑ט, וועלכער איז און איז געווען און קומט, דער אלמעכטיקער. 9איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען. 10איך בין געווען אינם גייסט אין דעם טאג פון דעם האר, און האב געהערט הינטער מיר א הויך קול, ווי פון א שופר, 11אזוי צו זאגן: וואס דו זעסט, דאס שרייב אין א ספר און שיק עס צו די זיבן קהלות: קיין עפעזוס און קיין סמירנא און קיין פערגאמוס און קיין טיאטירא און קיין סארדעס און קיין פילאדעלפיא און קיין לאאדיצעא. 12און איך האב מיך אומגעקערט, צו זען דאס קול, וואס האט גערעדט מיט מיר. און אומקערנדיק זיך, האב איך געזען זיבן מנורות פון גאלד; 13און אין דער מיט פון די מנורות איינעם, גלייך צום בר אנש (דניאל ז, יג.), אנגעטאן אין א לאנגן בעקעשע, און ארומגעגארטלט ארום דער ברוסט מיט א גאלדענעם גארטל. 14און זיין קאפ און זיינע האר זענען געווען ווייס, ווי ווייסע וואל, ווי שניי; און זיינע אויגן, ווי א פלאם פייער (דניאל ז, ט.); 15און זיינע פיס, ווי פיין קופער, בשעת עס גליט אין אויוון; און זיין קול, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן. 16און האט געהאט אין זיין רעכטער האנט זיבן שטערן; און פון זיין מויל גייט ארויס א מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד; און זיין פנים האט געשיינט ווי די זון אין איר מאכט. 17און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער, 18און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית. 19שרייב דעריבער וואס דו האסט געזען, און וואס איז, און וואס וועט געשען נאך דעם; 20דעם סוד פון די זיבן שטערן, וועלכע דו האסט געזען אויף מיין רעכטער האנט, און די זיבן גאלדענע מנורות. די זיבן שטערן זענען מלאכים פון די זיבן קהלות; און די זיבן מנורות זענען די זיבן קהלות.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in