YouVersion Logo
Search Icon

פיליפער 3

3
קאפיטל דריי
1ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.
2היט זיך פאר די כלבים, היט זיך פאר די שלעכטע ארבעטער, היט זיך פאר דער קערפערלעכער באשניידונג; 3ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; 4הגם איך וואלט אויך געקענט האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; אויב אן אנדערער מיינט, ער קען האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן, קען איך פיל מער; 5מיך האט מען מל געווען דעם אכטן טאג, איך בין פונם פאלק ישראל, פונם שבט בנימין, אן עברי פון די עברים, א פרוש לויט דער תורה; 6לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום. 7נאר די זאכן, וואס זענען פאר מיר געווען א געווינס, זיי האב איך באטראכט ווי א פארלוסט פאר משיחס וועגן. 8יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן, 9און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה; 10אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט; 11אפשר וועט זיך ווי עס איז דערגרייכן צו תחית המתים. 12נישט אז איך האב שוין דערגרייכט, אדער בין שוין פולקום געווארן; נאר איך יאג נאך, אפשר וועל איך אויך דערגרייכן, ווי איך בין דערגרייכט געווארן פונם משיח יהושע/ישוע. 13ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, 14איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע. 15דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן; 16דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.
17ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל. 18ווארום א סך לעבן, וועגן וועמען איך האב אייך מערערע מאל געזאגט, און איצט זאג איך אייך וויינענדיק, אז זיי זענען די שונאים פון משיחס בוים; 19זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן. 20ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח, 21וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.

Currently Selected:

פיליפער 3: OYBC

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in