YouVersion Logo
Search Icon

לוקאס 27:6-49

לוקאס 27:6-49 OYBC2022

צו אייך אבער, וואס הערן, זאג איך: האט ליב אייערע שונאים, טוט גוטס צו די, וואס האסן אייך; בענטשט די, וואס פלוכן אייך, טוט תפילה פאר די, וואס באליידיקן אייך. דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק. גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק. און אזוי ווי איר ווילט, אז די מענטשן זאלן טאן צו אייך, זאלט איר אויך אזוי טאן צו זיי. און אויב איר האט ליב די, וואס ליבן אייך, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? ווארום אפילו די חוטאים האבן ליב די, וואס האבן זיי ליב. ווארום אויב איר טוט גוטס צו די, וואס טאן אייך גוטס, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? די חוטאים טאן דאך דאס זעלביקע. און אויב איר זאלט לייען צו די, פון וועמען איר האפט צוריק צו באקומען, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? אפילו חוטאים לייען צו חוטאים, כדי דאס גלייכע אפצונעמען. איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע. זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק. און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן; גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן. און ער האט אויך געזאגט א משל צו זיי: צי קען דען א בלינדער פירן א בלינדן? וועלן זיי דען נישט ביידע אריינפאלן אין א גרוב? דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער. און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג? וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג. ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט. ווארום יעדער בוים ווערט דערקענט פון זיינע אייגענע פירות; ווארום פון דערנער קלויבט מען נישט קיין פייגן, און פון א דארנבוש שניידט מען נישט קיין וויינטרויבן. דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס. און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג? יעדער איינער וואס קומט צו מיר און הערט מיינע רייד און טוט זיי, וועל איך אייך ווייזן צו וועמען ער איז גלייך; ער איז גלייך צו א מענטשן, וואס בויענדיק א הויז, האט געגראבן און איז אראפגעגאנגען טיף און געלייגט דעם פונדאמענט אויף דעם פעלדזן; און ווען עס איז געקומען א פארפלייצונג, האט דער שטראם זיך געווארפן אנטקעגן יענעם הויז און עס נישט געקענט דערשיטערן; צוליב דעם וואס עס איז געווען גוט געבויט. דער אבער וואס הערט און טוט נישט, איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געבויט אויף דער ערד א הויז אָן א פונדאמענט; אנטקעגן וועלכן דער שטראם האט זיך געווארפן און עס איז באלד איינגעפאלן, און דער צוזאמענברוך פון יענעם הויז איז געווען גרויס.

YouVersion uses cookies to personalize your experience. By using our website, you accept our use of cookies as described in our Privacy Policy