YouVersion Logo
Search Icon

בריוו צו די יידן 9

9
קאפיטל ניין
1אבער אויך דער ערשטער (בונד) האט געהאט דינים פון עבודה און א וועלטלעך מקדש. 2ווארום א משכן איז געבויט געווארן; דאס ערשטע, אין וועלכן עס איז געווען די מנורה און דער שולחן און דאס לחם הפנים; וואס האט געהייסן קודש; 3און פון אינעווייניק פון צווייטן פרוכת א משכן, וואס האט געהייסן קדשי קדשים, 4וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית, 5און פון אויבן, (איבער דעם ארון) די כרובים פון הערלעכקייט, וואס האבן באשאטנט דאס כפורת, וועגן וועלכן עס איז איצט נישט צו רעדן איינצלהייטלעך. 6און דאס דאזיקע איז געווען אזוי איינגעארדנט, אז אין ערשטן (אויסנווייניקסטן) משכן זענען די כהנים אלעמאל אריינגעגאנגען, טוענדיק די עבודה; 7אבער אין דעם צווייטן, נאר דער כהן גדול אליין, איין איינציק מאל אין יאר, נישט אָן בלוט, וואס ער איז מקריב פאר זיך און פאר די שגגות פון פאלק; 8דערמיט ווייזט דער רוח הקודש אויף, אז דער וועג צום קדשי קדשים איז נאך נישט געווען אנטפלעקט, בשעת דאס ערשטע משכן האט געהאט א קיום; 9וואס איז א משל פאר דער איצטיקער צייט; אין וועלכן מען איז מקריב מנחות און זבחים, וועלכע קענען נישט לויט דעם געוויסן שלמותדיק מאכן דעם, וואס ריכט אפ די עבודה, 10נאר זענען, מיט שפייזן און געטראנקען און פארשיידענע הלכות מקוואות, פליישלעכע דינים, און ארויפגעלייגט ביז צו דער צייט פון תיקון העולם.
11אבער משיח, קומענדיק ווי א כהן גדול פון די גוטע קומענדיקע זאכן, דורך דעם גרעסערן און מער פאלקאמענעם משכן, דעם נישט מיט הענט געמאכטן, דאס הייסט נישט פון דער דאזיקער באשאפונג, 12אויך נישט מיט דעם בלוט פון בעק און קעלבער, נאר מיט זיין אייגן בלוט, איז אריינגעגאנגען איינמאל פאר אלעמאל אינם קדשי קדשים, און געפונען אן אייביקע ישועה. 13ווארום אויב דאס בלוט פון בעק און רינדער און דאס אש פון א יונגער קו, ווערנדיק געשפריצט אויף טמאים, מאכט הייליק צום רייניקן דאס לייב, 14אויף וויפל מער וועט דאס בלוט פון דעם משיח, וואס האט זיך מקריב געווען, דורך דעם אייביקן גייסט, אָן א מום צו ה׳, רייניקן אייער געוויסן פון טויטע מעשים צו דינען דעם לעבעדיקן ג‑ט? 15און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה. 16ווארום וואו עס איז דא א צוואה, דארט מוז געשען דער טויט פון דעם, וואס האט געמאכט די צוואה. 17ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט. 18דעריבער איז אויך דער ערשטער בונד נישט איינגעווייט געווארן אָן בלוט. 19ווארום משה, האבנדיק געזאגט אלע געבאטן פון דער תורה צום גאנצן פאלק, האט גענומען דאס בלוט פון די קעלבער און פון די בעק מיט וואסער און רויטער וואל און היזאפ און באשפריצט דאס ספר און דאס גאנצע פאלק, 20זאגנדיק:
דאס דאזיקע איז דאס בלוט פון דעם בונד,
וואס ה׳ האט אייך באפוילן.
(שמות כד, ח.)
21און אויך דאס משכן און אלע כלים פון דער עבודה האט ער אויף אן ענלעכן אופן באשפריצט מיט בלוט. 22און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג.
23דעריבער איז עס טאקע געווען נויטווענדיק, אז די מוסטערן פון די הימלישע זאכן זאלן גערייניקט ווערן מיט די דאזיקע, אבער די הימלישע זאכן אליין מיט בעסערע קרבנות, ווי די דאזיקע. 24ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן; 25נישט כדי מערערע מאל זיך אליין מקריב צו זיין, ווי דער כהן גדול גייט אריין אין דעם קדשי קדשים יאר איין יאר אויס מיט פרעמד בלוט; 26ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין. 27און ווי עס איז נגזר געווארן פאר מענטשן איינמאל צו שטארבן און נאכדעם דער יום הדין; 28אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in