YouVersion Logo
Search Icon

בריוו צו די יידן 2

2
קאפיטל צוויי
1צוליב דעם מוזן מיר לייגן מער אכט אויף די זאכן, וואס מיר האבן געהערט, טאמער וועלן מיר אפפאלן. 2ווארום אויב דאס ווארט, וואס איז גערעדט געווארן דורך מלאכים, איז געווען פעסט, און יעדע עבירה און ווידערשפעניקייט האט באקומען א גערעכטע פארגעלטונג, 3וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט, 4בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון. 5ווארום די צוקונפטיקע וועלט, פון וועלכער מיר רעדן, האט ער נישט אונטערטעניק געמאכט אונטער מלאכים. 6נאר עמיצער האט אין א געוויסער שטעלע עדות געזאגט, אזוי צו זאגן:
וואס איז א מענטש, אז דו זאלסט אים געדענקען? אדער דער זון פון א מענטש, אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף אים? 7דו האסט אים אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים, מיט כבוד און הערלעכקייט אים געקריינט, 8און אים געשטעלט איבער די מעשים פון דיינע הענט: אלץ האסטו אונטערטעניק געמאכט אונטער זיינע פיס.
(תהלים ח, ה-ז.)
ווארום אונטערטעניקנדיק אלץ צו אים, האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זאך, וואס איז אים נישט אונטערטעניק. נאר איצט זען מיר נאך נישט אלץ אונטערטעניק צו אים. 9מיר זען אבער יהושען/ישוען, אים, וואס איז אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים דורך די יסורים פון טויט, געקריינט מיט כבוד און הערלעכקייט, אז ער זאל, דורך ה׳ס חסד, טועם זיין דעם טויט פאר יעדן (מענטשן). 10ווייל עס איז געווען פאסן פאר אים, פאר וועמען אלץ איז און דורך וועמען אלץ איז, פירנדיק א סך זין צו הערלעכקייט, שלמותדיק צו מאכן דורך ליידן דעם גרינדער פון זייער ישועה. 11ווארום דער, וואס מאכט הייליק און די, וואס ווערן געהייליקט, זענען אלע פון איינעם; צוליב וועלכער סיבה ער שעמט זיך נישט זיי צו רופן ברידער, 12זאגנדיק:
איך וועל דערציילן דיין נאמען צו מיינע ברידער,
אין מיטן דער עדה וועל איך צו דיר זינגען.
(תהלים כב, כג.)
13און ווידער:
איך וועל האפן צו אים.
(ישעיהו ח, יז.)
און ווידער:
אָט בין איך און די קינדער,
וואס ה׳ האט מיר געגעבן.
(ישעיהו ח, יח.)
14דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן, 15און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן. 16ווארום ער נעמט זיך באמת נישט אָן פאר קיין מלאכים, נאר פאר אברהמס זאמען נעמט ער זיך יא אָן. 17צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק. 18ווייל דערמיט, וואס ער אליין האט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואס געפינען זיך אין א נסיון.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in