בריוו צו די יידן 11
11
קאפיטל עלף
1אמונה אבער איז דער בטחון פון די זאכן, אויף וועלכע מען האפט, אן איבערצייגונג פון זאכן, וואס מען זעט נישט. 2ווארום דורך דער דאזיקער האבן די זקנים באקומען אן עדות. 3דורך אמונה זענען מיר משיג, אז די וועלטן זענען געמאכט געווארן דורך דעם ווארט פון ה׳, אזוי, אז וואס סע ווערט געזען איז נישט געמאכט געווארן פון דעם, וואס דערשיינט. 4דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ. 5דורך אמונה איז חנוך אוועקגענומען געווארן, אז ער זאל נישט זען דעם טויט, און איז נישט געפונען געווארן, ווייל ה׳ האט אים אוועקגענומען; ווארום איידער ער איז אוועקגענומען געווארן, האט ער באקומען דאס עדות, אז ער איז געווען וואוילגעפעלן צו ה׳; 6אָן אמונה אבער איז נישט מעגלעך אים וואוילצוגעפעלן; ווייל דער, וואס דערנענטערט זיך צו ה׳ מוז גלויבן, אז ער איז, און אז ער וועט זיין א גומל שכר צו די, וואס זוכן אים. 7דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה. 8דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט. 9דורך אמונה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין דעם לאנד פון דער הבטחה ווי א פרעמדער אין א פרעמד לאנד, וואוינענדיק אין געצעלטן מיט יצחקן און יעקבן, די מיטיורשים פון דער זעלביקער הבטחה; 10ווארום ער האט געהאפט אויף דער שטאט, וואס האט פעסטע יסודות, וועמעס ארכיטעקט און בוימייסטער איז ה׳. 11דורך אמונה האט אויך שרה באקומען די קראפט טראגנדיק צו ווערן און צו געבוירן, הגם זי האט שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער, ווייל זי האט געהאלטן, אז דער, וואס האט צוגעזאגט, איז באגלויבט; 12אלס פועל יוצא זענען אויך פון איינעם, שוין כמעט א טויטן, געבוירן געווארן אזוי פיל, ווי די מאסע שטערן פון הימל און ווי דאס זאמד ביים ברעג ים—נישט צום איבערציילן. (בראשית כב, יז.) 13זיי אלע זענען געשטארבן אין גלויבן און האבן נישט באקומען די הבטחות, נאר בלויז זיי געזען פונדערווייטנס, און זיך געפריידט מיט זיי, און האבן מודה געווען, אז זיי (אליין) זענען פרעמדע און וואנדערער אויף דער ערד. 14ווארום די, וואס זאגן אזעלכעס, מאכן קלאר, אז זיי זוכן א היימלאנד. 15און וואלטן זיי אין זינען געהאט יענץ לאנד, פון וועלכן זיי זענען ארויסגעגאנגען, וואלטן זיי געהאט גענוג געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן. 16זיי באגערן אבער איצט א בעסערס, דאס הייסט א הימליש (לאנד); צוליב וואס ה׳ שעמט זיך נישט מיט זיי, גערופן צו ווערן זייער ג‑ט; ווארום ער האט צוגעגרייט פאר זיי א שטאט.
17דורך אמונה האט אברהם מקריב געווען יצחקן, ווען ער איז אויסגעפרואווט געווארן; דער, וואס האט אנגענומען די הבטחות, האט געברענגט צו (דער עקידה) זיין בן יחיד; 18צו וועמען עס איז געזאגט געווארן: אין יצחקן וועט דיר גערופן ווערן זאמען; 19רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצוועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל. 20דורך אמונה האט אויך יצחק געבענטשט יעקבן און עשיון וועגן צוקונפטיקע זאכן. 21דורך אמונה האט יעקב ביים שטארבן געבענטשט יעדן פון יוספס זין, און זיך געבוקט, (אנגעלענט) אויפן קאפ פון זיין שטעקן (תרגום השבעים). 22דורך אמונה האט יוסף ביים שטארבן דערמאנט די קינדער ישראל פון זייער ארויסגיין (פון מצרים); און זיי באפוילן וועגן זיינע ביינער.
23דורך אמונה איז משה באהאלטן געווארן פון זיינע עלטערן דריי חדשים לאנג, ווייל זיי האבן געזען, אז ער איז א שיין קינד, און האבן זיך נישט געשראקן פאר דעם קעניגס באפעל. 24דורך אמונה האט משה, ווען ער איז גרויס געווארן, זיך אפגעזאגט צו הייסן פרעהס טאכטערס זון, 25אויסוויילנדיק א סך ליבער צו ליידן מיט ה׳ס פאלק, ווי א הנאה צו האבן אויף א געוויסער צייט פון דעם פארגעניגן פון זינד, 26האלטנדיק די חרפה פונם משיח פאר א גרעסער עשירות ווי די אוצרות פון מצרים, ווייל ער האט געבליקט אויף דער שכר פארגעלטונג. 27דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען. 28דורך אמונה האט ער געמאכט דעם פסח און דאס שפריצן דאס בלוט, כדי דער משחית פון די בכורים זאל זיי נישט אנרירן. 29דורך אמונה זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, ווי אויף טרוקענער ערד, וואס די מצריים האבן פארזוכט און זענען דערטרונקען געווארן. 30דורך אמונה זענען די מויערן פון יריחו איינגעפאלן, נאכדעם ווי מען האט זיי ארומגערינגלט זיבן טעג. 31דורך אמונה איז רחב הזונה נישט אומגעקומען מיט די אומגלויביקע, ווייל זי האט אויפגענומען די מרגלים בשלום. 32און וואס נאך זאל איך זאגן? ווארום עס וועט מיר פעלן צייט צו דערציילן וועגן גדעון, ברק, שמשון, יפתח, דוד און שמואל און די נביאים; 33וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן, 34אויסגעלאשן די קראפט פון פייער, אנטלאפן פון דער שארף פון דער שווערד, שטארק געווארן פון שוואכקייט, געווארן גיבורים אין מלחמה, געמאכט פרעמדע חיילות אנטלויפן. 35פרויען האבן צוריקבאקומען זייערע טויטע דורך תחית המתים; און אנדערע זענען געפייניקט געווארן, נישט אננעמענדיק קיין באפרייאונג, כדי זיי זאלן דערגרייכן א בעסער תחית המתים; 36און אנדערע זענען אויסגעפרואווט געווארן דורך שפאט און שלעק און אויך דורך קייטן און תפיסה; 37זיי זענען געשטייניקט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן, דורכגעזעגט געווארן, געשטארבן דעם טויט פון דער שווערד, ארומגעגאנגען אין שאפן און אין ציגן פעל, געווען אין נויט, אונטערגעדריקט, שלעכט באהאנדלט, 38וואס די וועלט איז זיי נישט ווערט געווען; זיי האבן געבלאנדזשעט אין מדבריות: און אויף בערג, אין היילן און אין די לעכער פון דער ערד. 39און זיי אלע, וועמען עס איז געגעבן געווארן אן עדות דורך אמונה, האבן נישט מקבל געווען די הבטחה, 40ווייל ה׳ האט פארויסגעזען עפעס בעסערס פאר אונדז, כדי זיי זאלן נישט ווערן שלמותדיק אָן אונדז.
Currently Selected:
בריוו צו די יידן 11: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: