גאלאטער 5
5
קאפיטל פינף
1צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.
2אָט איך, פוילוס, זאג אייך, אז אויב איר (אומות (העולם)) לאזט זיך מל זיין, העלפט אייך משיח גארנישט. 3נאכאמאל זאג איך עדות צו יעדן מענטשן, וואס לאזט זיך מל זיין, אז ער איז מחייב צו האלטן די תרי״ג מצוות. 4איר האט זיך אפגעריסן פונם משיח, איר, וועלכע ווילן גערעכטפערטיקט ווערן דורך דער מצוות זכות; איר זענט אפגעפאלן פון דעם חסד. 5ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפענונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה. 6ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע. 7איר זענט גוט געלאפן; ווער האט אייך געהינדערט, אז איר זאלט נישט געהארכן דעם אמת? 8די איינרעדונג איז נישט פון דעם, וועלכער רופט אייך. 9א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג. 10איך בין בטוח וועגן אייך אין דעם האר, אז איר וועט גארנישט אנדערש דענקען; דער אבער, וואס באטריבט אייך, וועט טראגן זיין משפט, ווער עס זאל נישט זיין. 11איך אבער, ברידער, אויב איך דרשן נאך די מילה (מצוות זכות), פארוואס ווער איך נאך אלץ גערודפט? דאן האט דאך דאס מיכשול פון דעם בוים אויפגעהערט! 12הלוואי זאלן די, וואס פארפירן אייך, זיך (אינגאנצן) מסרס זיין.
13ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן. 14ווארום די גאנצע תורה איז דערפילט אין איין ווארט, אין דעם: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יח.) 15אויב אבער איר בייסט און פרעסט זיך איינס דאס אנדערע, גיט אכטונג, איר זאלט נישט פארצערט ווערן איינער פונם אנדערן.
16איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש. 17ווארום דאס פלייש גלוסט קעגן דעם גייסט, און דער גייסט קעגן דעם פלייש; די דאזיקע שטעלן זיך אנטקעגן איינס דאס אנדערע, כדי איר זאלט נישט טאן וואס איר ווילט. 18אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ. 19באשיימפערלעך, (קלאר) אבער זענען די מעשים פון דעם פלייש, וועלכע זענען זנות, טומאה, אויסגעלאסנקייט, 20עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות, 21קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳. 22די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה, 23ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ. 24די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.
25אויב מיר לעבן דורכן גייסט, לאמיר אויך זיך אויפפירן אינם גייסט. 26לאמיר זיך נישט יאגן נאך פוסטן כבוד, צו דערצערנען איינער דעם אנדערן און מקנא צו זיין איינער דעם אנדערן.
Currently Selected:
גאלאטער 5: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: