YouVersion Logo
Search Icon

עפעזער 3

3
קאפיטל דריי
1צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)— 2אויב איר האט געהערט פון דער פארוואלטונג פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פאר אייערטוועגן, 3אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור, 4כדי לייענענדיק עס, זאלט איר קענען פארשטיין מיין השגה אין דעם סוד פון דעם משיח, 5וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט, 6אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה, 7פון וועלכער איך בין געווארן א משרת לויט דער מתנה פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן לויט דער ווירקונג פון זיין גבורה; 8מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות; 9און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם; 10כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳, 11לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע, דעם האר אונדזערן; 12אין וועמען מיר האבן דעם דרייסטקייט און דעם צוטריט מיט בטחון דורך אמונה אין אים. 13דערפאר בעט איך מיך ביי אייך, איר זאלט נישט אנטמוטיקט ווערן דורך מיינע צרות פאר אייערטוועגן, וועלכע זענען א כבוד פאר אייך.
14צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער, 15פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען), 16אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט; 17אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע, 18כדי איר זאלט קענען משיג זיין צוזאמען מיט אלע קדושים די ברייט און די לענג און די הויך און די טיפעניש, 19און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.
20און צו אים, וואס איז אימשטאנד צו טאן פיל מער איבער אונדזער בעטן אדער טראכטן, לויט דעם כוח, וואס ווירקט אין אונדז, 21צו אים זאל זיין כבוד אין דער קהלה און אינם משיח יהושע/ישוע לדור דור לעלמי עולמים. אמן.

Currently Selected:

עפעזער 3: OYBC

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in