עפעזער 18:1-21
עפעזער 18:1-21 OYBC
אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע, און ווי אומפארגלייכלעכע גרויסקייט זיין מאכט איז לגבי אונדז, די מאמינים, לויט דער ווירקונג פון זיין מעכטיקן כוח, וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער זייט אין די הימלען, העכער פון יעדער הערשאפט און ממשלה און מאכט און רעגירונג און יעדן נאמען, וואס ווערט גערופן, נישט נאר אין דער דאזיקער וועלט, נאר אויך לעולם הבא





