YouVersion Logo
Search Icon

ג יוחנן בריוו 1

1
1דער זקן צו גאיוסן דעם געליבטן, וועמען איך האב באמת ליב. 2געליבטער, איך טו תפילה, אז אין אלעם זאלסטו מצליח זיין, און זיין געזונט, אזוי, ווי עס גייט גוט דיין נשמה. 3ווארום איך האב מיך זייער געפריידט, ווען ברידער זענען געקומען און האבן עדות געזאגט וועגן דעם אמת אין דיר, וויאזוי דו לעבסט אין דער ווארהייט. 4קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.
5געליבטער, דו האנדלסט געטריי אין דעם, וואס דו טוסט פאר די ברידער און פאר די אורחים, 6וועלכע האבן עדות געזאגט וועגן דיין ליבע פאר דער קהלה; דו וועסט טאן גוט, אויב דו וועסט זיי ווייטער שיקן ווי עס איז ראוי פאר ה׳; 7ווארום פאר זיין נאמען וועגן זענען זיי ארויסגעגאנגען, נישט אננעמענדיק קיין זאך פון די אומות (העולם). 8מיר זענען דעריבער מחייב אויפצונעמען אזעלכע, כדי מיר זאלן ווערן מיטארבעטער אין דעם אמת.
9איך האב עפעס געשריבן צו דער קהלה; נאר דיאטרעפעס, וועלכער האט ליב צו זיין ביי זיי א ראש, נעמט אונדז נישט אָן. 10דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה. 11געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳. 12וועגן דעמעטריוסן האבן אלע (גוט) עדות געזאגט, אפילו דער אמת אליין; און אויך מיר זאגן עדות; און דו ווייסט, אז אונדזער עדות זאגן איז ווארהאפטיק.
13איך האב געהאט א סך צו שרייבן צו דיר; נאר איך וויל עס דיר נישט שרייבן מיט טינט און פעדער; 14איך האף אבער דיך צו זען אין גיכן, און (דעמאלט) וועלן מיר רעדן מויל צו מויל. 15שלום צו דיר. (אונדזערע) פריינד געבן דיר אפ שלום. גיב אפ שלום די פריינד יעדן ביים נאמען.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in