ב טימאטעוס בריוו 4
4
קאפיטל פיר
1איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות; 2רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג. 3ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן; 4און וועלן אפקערן זייער אויער פון דעם אמת, און זיך ווענדן צו לעגענדעס. 5דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה. 6ווארום איך ווער שוין געברענגט ווי א קרבן נסך, און די צייט פון מיין פטירה איז געקומען. 7איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן; 8פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.
9^אייל דיך באלד צו קומען צו מיר; 10ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען. 11לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה. 12טיכיקוסן אבער האב איך אוועקגעשיקט קיין עפעזוס. 13דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן. 14אלעקסאנדער דער קופערשמיד האט מיר געטאן פיל בייז; דער האר וועט אים פארגעלטן לויט זיינע מעשים; 15פון וועמען אויך דו זאלסט דיך אויסהיטן, ווארום ער האט זיך זייער אקייגנגעשטעלט אונדזערע רייד. 16ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן! 17דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל. 18דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
19גיב אפ שלום פריסקאן און אקווילאן און די (בני) בית פון אנעסיפארוס. 20עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס. 21^אייל דיך צו קומען פאר דעם ווינטער. עס געבן דיר אפ שלום עוובולוס און פודענס און לינוס און קלוידא און אלע ברידער. 22זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.
Currently Selected:
ב טימאטעוס בריוו 4: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: