YouVersion Logo
Search Icon

ב פעטרוס בריוו 2

2
קאפיטל צוויי
1עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג. 2און א סך וועלן נאכפאלגן זייערע אויסגעלאסנקייטן, דורך וועלכע דער וועג פון אמת וועט ווערן געלעסטערט. 3און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט. 4ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט; 5און ווען ער האט נישט געשוינט די אלטע וועלט, נאר האט באהיט נוחן, א מבשר פון גערעכטיקייט, מיט זיבן אנדערע, בשעת ער האט אראפגעשיקט דאס מבול אויף א וועלט פון רשעים; 6און מאכנדיק צו אש די שטעט סדום און עמורה, האט ער זיי געמשפט מיט אן איבערקערונג, זעצנדיק זיי אלס א ביישפיל פאר רשעים להבא; 7און האט מציל געווען דעם צדיק לוט, וועלכער איז געקוועלט געווארן דורך דער פארשייטער אויפפירונג פון די שענדלעכע מענטשן מחוץ דעם געזעץ— 8ווארום ער, דער צדיק, וואוינענדיק צווישן זיי, האט געפלאגט זיין גערעכט נפש מיט וואס ער האט געזען און געהערט טאג אויס טאג איין פון זייערע בייזע מעשים מחוץ דעם געזעץ— 9אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג‑טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין; 10און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן; 11וואס מלאכים, גרעסער ווי זיי אין כוח און גבורה, ברענגען נישט קיין לעסטערנדיק משפט קעגן זיי פאר דעם האר. 12זיי אבער, ווי אומפארשטאנדיקע חיות, בטבע געבוירן דערצו, געפאנגען און אומגעברענגט צו ווערן, לעסטערן דאס, וואס זיי פארשטייען נישט, זיי וועלן אומקומען אין זייער פארדארבנקייט, 13ליידנדיק דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; (זיי), וואס האלטן עס פאר א תענוג זיך צו לאזן פרעסן בייטאג, (זענען) פלעקן און פעלערן, שכורן זיך אָן הוליען אין זייערע שקרים, עסנדיק (און טרינקענדיק) מיט אייך; 14האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה; 15פארלאזנדיק דעם דרך הישר, האבן זיי פארבלאנדזשעט, און נאכגעפאלגט אין דעם וועג פון בלעם בן בעור, וואס האט ליב געהאט דעם שכר פון אומגערעכטיקייט; 16ער האט אבער געהאט א שטראף פאר זיין אייגענעם חטא; א שטומע בהמה אין געשפאן, רעדנדיק מיט א מענטשלעך קול, האט פארווערט דאס משוגעת פון דעם נביא. 17די דאזיקע זענען קוואלן אָן וואסער, און וואלקנדלעך געטריבן פון א שטורמווינט; פאר זיי איז אנגעגרייט די טונקלקייט פון דעם חושך. 18ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות; 19בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט. 20ווארום אויב נאך דעם ווי זיי זענען אנטרונען פון די באפלעקונגען פון דער וועלט דורך דער דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח, זענען זיי ווידער פארוויקלט אין די דאזיקע און זענען בייגעקומען געווארן, איז זייער סוף ערגער ווי דער אנהויב. 21ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי. 22ביי זיי האט זיך באשטעטיקט דאס ווארהאפטיקע שפריכווארט: א הונט האט זיך אומגעקערט צו דעם, וואס ער האט אויסגעבראכן, און אן אפגעוואשן חזיר זיך צו וואלגערן אין בלאטע! (משלי כו, יא.)

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in