YouVersion Logo
Search Icon

א טימאטעוס בריוו 5

5
קאפיטל פינף
1אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער; 2אלטע פרויען, ווי מוטערס; די יונגערע, ווי שוועסטערס, אין פולער לויטערקייט. 3גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות. 4אויב אבער א געוויסע אלמנה האט קינדער אדער אייניקלעך, זאלן זיי קודם כל לערנען צו זיין ג‑טספארכטיק אין זייער אייגן הויז און אפצוצאלן גוטס צו די עלטערן; ווארום דאס דאזיקע איז אנגענומען פאר ה׳. 5די ווירקלעכע אלמנה אבער און איינזאם האט בטחון אויף ה׳, און האלט אָן מיט תחינות און תפילות ביינאכט און בייטאג. 6און די, וועלכע לעבט אין תענוגים, איז לעבעדיק טויט. 7דאס זאלסטו באפעלן, כדי זיי זאלן זיין אָן א פעלער. 8אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן. 9אלס אן אלמנה זאל פאררעכנט ווערן די, וואס איז נישט ווייניקער ווי זעכציק יאר אלט, דאס ווייב פון איין מאן, 10וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים. 11די יונגערע אלמנות אבער זאלסטו נישט אננעמען; ווארום ווען זיי לעבן אין פארגעניגנס קעגן דעם משיח, ווילן זיי חתונה האבן; 12זיי פארדינען א משפט, ווייל זיי האבן פארווארפן זייער ערשטן גלויבן. 13און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט. 14איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן; 15ווארום אייניקע האבן זיך שוין אוועקגעקערט נאך דעם שׂטן. 16אויב א גלויביקע (פרוי) האט אלמנות ביי זיך, זאל זי זיי פארזארגן, און נישט פאלן צו לאסט דער קהלה; כדי צו קענען פארזארגן די ווירקלעכע אלמנות.
17די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג. 18ווארום דער פסוק זאגט: אן אקס ביים דרעשן זאלסטו נישט פארבינדן דאס מויל (דברים כה, ד.), און: דער ארבעטער איז ווערט דעם לוין זיינעם. 19קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ סיידן לויט צוויי אדער דריי עדות. 20די חוטאים זאלסטו שטראפן פאר אלעמען, כדי אפילו די איבריקע זאלן מורא האבן. 21איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט. 22גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין. 23טרינק נישט מער קיין וואסער, נאר געברויך אביסל וויין צוליב דיין מאגן און די אפטע שלאפקייטן דיינע. 24די חטאים פון אייניקע מענטשן זענען באשיימפערלעך קלאר, און גייען פארויס צום משפט; אנדערע מענטשן אבער פאלגן זיי נאך. 25און אויך אזוי די מעשים טובים זענען באשיימפערלעך קלאר פארויס, און די, וואס זענען נישט אזוי, קענען דאך נישט פארבארגן ווערן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in