א פעטרוס בריוו 1
1
1פעטרוס, א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די אויסדערוויילטע תושבים אין די תפוצות פון פאנטוס, גאלאטיען, קאפאדאציען, אזיען (קליין) און ביטיניען, 2לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.
3געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וועלכער האט לויט זיינע גרויסע רחמים אונדז ווידערגעבוירן צו א לעבעדיקער האפענונג דורך יהושע/ישוע המשיחס אויפשטיין פון די טויטע, 4צו אן אומפארדארבלעכער און אומבאפלעקטער ירושה, און וואס פארוועלקט נישט, וועלכע איז באהאלטן אין הימל פאר אייערטוועגן, 5וואס איר ווערט אפגעהיטן אין ה׳ס מאכט דורך דעם בטחון צו א ישועה גרייט אנטפלעקט צו ווערן אין דער צייט פון קץ. 6מיט דעם זאלט איר זיך פרייען, איר, וואס זענט איצט אויף א קליינער וויילע טרויעריק, ווען עס מוז זיין, אין פארשיידענערליי נסיונות, 7כדי די אויספרובירונג פון אייער אמונה זאל געפונען ווערן פיל מער ווערט ווי גאלד, וואס פארגייט, הגם עס ווערט אויסגעפרובירט דורך פייער, פאר א לויב און הערלעכקייט און כבוד ביי דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן; 8וועמען איר האט נישט געזען און האט דאך ליב; און איצט, נישט זעענדיק אים, נאר גלויבנדיק אין אים, פריידט איר זיך מיט א שמחה, וואס איז אומאויסשפרעכלעך און הערלעך; 9באקומענדיק דעם ציל פון אייער אמונה, די ישועה פאר אייערע נשמות. 10וואס שייך וועלכער ישועה עס האבן חוקר ודורש געווען די נביאים, וואס האבן נבואות געזאגט וועגן דעם חסד (באשטימט) פאר אייערטוועגן; 11חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם. 12צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.
13דעריבער, אונטערגארטלענדיק די לענדן פון אייער פארשטאנד, זאלט איר זיין ניכטער, מיט אייער גאנצע האפענונג אויף דעם חסד, וואס ווערט אייך געברענגט אין דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן; 14ווי געהארכזאמע קינדער זאלט איר נישט געשטאלטן אייער לעבן לויט די תאוות, אין וועלכע איר זענט געווען אמאל אין אייער אומוויסן; 15נאר ווי דער, וועלכער האט אייך גערופן, איז הייליק, אזוי זאלט איר אליין אויך ווערן הייליק אין אלע אייערע דרכים; 16דערפאר שטייט געשריבן; הייליק זאלט איר זיין, ווייל איך בין הייליק. (ויקרא יא, מד.) 17און אויב איר רופט אָן אלס פאטער (ציטירן ניטציטירן) דעם, וואס משפט לויט יעדן (מענטשנס) מעשים אָן נושא־פנים־צו־זיין, זאלט איר פארברענגען מיט יראה בשעת אייער אויפהאלטן זיך (דא); 18וויסנדיק, אז נישט מיט פארדארבלעכע זאכן, מיט זילבער אדער גאלד, זענט איר אויסגעלייזט געווארן פון אייער נישטיקן שטייגער לעבן, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן פון אייערע עלטערן; 19נאר מיט דעם טייערן בלוט פון דעם משיח, ווי פון א לעמעלע אָן א מום און אָן א פלעק; (שמות יב, ה.) 20וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן, 21וואס גלויבן דורך אים אין ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים געגעבן כבוד; כדי אייער אמונה און בטחון זאל זיין אויף ה׳. 22און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס; 23ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט. 24ווייל:
יעדעס פלייש איז ווי גראז,
און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז.
פארטריקנט ווערט דאס גראז,
און די בלום פאלט אראפ;
25דעם האר (ג‑טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק.
(ישעיהו מ, ח.)
און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.
Currently Selected:
א פעטרוס בריוו 1: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.

: