1
רוימער בריוו 20:4-21
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳, און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט.
Compare
Explore רוימער בריוו 4:20-21
2
רוימער בריוו 17:4
ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט.
Explore רוימער בריוו 4:17
3
רוימער בריוו 25:4
וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג.
Explore רוימער בריוו 4:25
4
רוימער בריוו 18:4
וואס, ווען עס איז נישט געווען קיין גרונט פאר האפענונג, האט דאך געגלויבט אין דער האפענונג, אז ער וועט ווערן א פאטער פון פיל פעלקער, ווי עס איז אים צוגעזאגט געווארן: אזוי וועט זיין דיין זאמען. (בראשית טו, ה.)
Explore רוימער בריוו 4:18
5
רוימער בריוו 16:4
צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער
Explore רוימער בריוו 4:16
6
רוימער בריוו 7:4-8
וואויל איז די, וועמעס אומגערעכטיקייטן זענען פארגעבן געווארן און וועמעס זינד זענען פארדעקט געווארן; וואויל איז דעם מענטש, וועמען דער האר ג‑ט רעכנט נישט צו קיין זינד. (תהלים לב, ב, ג.)
Explore רוימער בריוו 4:7-8
7
רוימער בריוו 3:4
ווייל וואס זאגן די כתבי (הקודש)? אברהם האט געגלויבט ה׳ און דאס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.)
Explore רוימער בריוו 4:3