1
רוימער בריוו 2:12
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.
Compare
Explore רוימער בריוו 12:2
2
רוימער בריוו 1:12
איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.
Explore רוימער בריוו 12:1
3
רוימער בריוו 12:12
אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן
Explore רוימער בריוו 12:12
4
רוימער בריוו 21:12
לאז דיך נישט באזיגט פונם שלעכטן, נאר זיי גובר דאס שלעכטע מיט דעם גוטן.
Explore רוימער בריוו 12:21
5
רוימער בריוו 10:12
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן
Explore רוימער בריוו 12:10
6
רוימער בריוו 9:12
זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.
Explore רוימער בריוו 12:9
7
רוימער בריוו 18:12
אויף וויפל עס ליגט אין אייך, אויב מעגלעך, זעט צו לעבן בשלום מיט אלע מענטשן.
Explore רוימער בריוו 12:18
8
רוימער בריוו 19:12
געליבטע, זייט זיך נישט נוקם, נאר מאכט אן ארט פאר דעם צארן, ווארום עס שטייט געשריבן: ביי מיר איז נקמה איך וועל פארגעלטן, זאגט דער האר ג‑ט. (דברים לב, לה.)
Explore רוימער בריוו 12:19
9
רוימער בריוו 11:12
ווערט נישט אפהענטיק אין פלייסיקייט, זייט אייפערדיק אינם גייסט; דינט דעם האר
Explore רוימער בריוו 12:11
10
רוימער בריוו 3:12
ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.
Explore רוימער בריוו 12:3
11
רוימער בריוו 17:12
צאלט נישט אפ קיינעמען מיט שלעכטס פאר שלעכטס. טראכט איבער די זאכן, וואס זענען גוט פאר אלע מענטשן.
Explore רוימער בריוו 12:17
12
רוימער בריוו 16:12
האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים.
Explore רוימער בריוו 12:16
13
רוימער בריוו 20:12
דעריבער, אויב דיין שונא איז הונגעריק, גיב אים צו עסן; אויב ער איז דורשטיק, גיב אים צו טרינקען; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, זאמלסטו פייערדיקע קוילן אויף זיין קאפ. (משלי כה, כא-בב.)
Explore רוימער בריוו 12:20
14
רוימער בריוו 14:12-15
בענטשט די, וואס רודפן אייך; בענטשט, שעלט נישט. פריידט זיך מיט די, וואס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואס וויינען.
Explore רוימער בריוו 12:14-15
15
רוימער בריוו 13:12
זייט מנדב פאר די נויטן פון די הייליקע, פלייסיקט אייך צו זיין מכניסי אורחים.
Explore רוימער בריוו 12:13
16
רוימער בריוו 4:12-5
ווארום ווי אין איין גוף האבן מיר א סך אברים, און נישט אלע אברים האבן די זעלביקע אויפגאבע, אזוי זענען מיר, די פילע, איין גוף אינם משיח, און יעדער באזונדער גלידער איינער פונם אנדערן.
Explore רוימער בריוו 12:4-5