און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד? און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי.