און די צוויי פליגל פון דעם גרויסן אדלער זענען געגעבן געווארן דער פרוי, כדי זי זאל אוועקפליען אין דער מדבר אריין אויף איר ארט, וואו זי ווערט געשפייזט א צייט און צייטן און א האלבע צייט, ווייט פון דעם פנים פון דער שלאנג. און די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל הינטער דער פרוי וואסער, ווי א שטראם, כדי זי זאל מיטגעריסן ווערן פון דעם שטראם. און די ערד איז געקומען דער פרוי צו הילף, און די ערד האט אויפגעמאכט איר מויל, און איינגעשלונגען דעם שטראם, וואס די שלאנג האט אויסגעשפיגן פון איר מויל.