1
יעקבס בריוו 2:1-3
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות, וויסנדיק, אז די אויספרואוואונג פון אייער אמונה ברענגט צו סבלנות.
Compare
Explore יעקבס בריוו 1:2-3
2
יעקבס בריוו 5:1
אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.
Explore יעקבס בריוו 1:5
3
יעקבס בריוו 19:1
דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס
Explore יעקבס בריוו 1:19
4
יעקבס בריוו 4:1
זאל אבער די סבלנות האבן א שלמותדיקע פעולה, כדי איר זאלט זיין שלמותדיק און גאנץ, עס זאל אייך גארנישט פעלן.
Explore יעקבס בריוו 1:4
5
יעקבס בריוו 22:1
זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.
Explore יעקבס בריוו 1:22
6
יעקבס בריוו 12:1
וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
Explore יעקבס בריוו 1:12
7
יעקבס בריוו 17:1
יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
Explore יעקבס בריוו 1:17
8
יעקבס בריוו 23:1-24
ווייל אויב עמיצער איז א הערער פונם ווארט, און נישט קיין טוער, איז דער דאזיקער געגליכן צו א מאן, וועלכער קוקט אויף זיין לייבלעך פנים אין א שפיגל; ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען.
Explore יעקבס בריוו 1:23-24
9
יעקבס בריוו 27:1
א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.
Explore יעקבס בריוו 1:27
10
יעקבס בריוו 13:1-14
זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס; יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט.
Explore יעקבס בריוו 1:13-14
11
יעקבס בריוו 9:1
זאל דער שפלדיקער ברודער אבער זיך בארימען מיט זיין גדלות
Explore יעקבס בריוו 1:9