מיר זענען בטבע יידן, און נישט קיין חוטאים פון די אומות (העולם), און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן.