אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט; אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע, כדי איר זאלט קענען משיג זיין צוזאמען מיט אלע קדושים די ברייט און די לענג און די הויך און די טיפעניש, און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.