1
א פעטרוס בריוו 15:3-16
דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
OYBC
דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה; האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח.
Compare
Explore א פעטרוס בריוו 3:15-16
2
א פעטרוס בריוו 12:3
ווייל די אויגן פון דעם האר (ג‑ט) זענען אויף די צדיקים און זיינע אויערן צו זייער געבעט; דאס פנים אבער פון דעם האר איז קעגן די, וואס טאן בייז. (תהלים לד, יג-יז.)
Explore א פעטרוס בריוו 3:12
3
א פעטרוס בריוו 3:3-4
זאל אייער צירונג זיין נישט דאס אויסערלעכע באשיינונג, מיט פלעכטן די האר און מיט אנטאן זיך גאלדענע זאכן, אדער מיט אנקליידן זיך (טייערע) מלבושים; נאר דער פארבארגענער מענטש פון דעם הארצן, מיט דער אומפארדארבלעכער (צירונג) פון אן עניוותדיקן און שטילן גייסט, וואס איז זייער טייער פאר ה׳.
Explore א פעטרוס בריוו 3:3-4
4
א פעטרוס בריוו 10:3-11
ווארום: ווער עס וויל ליב האבן דאס לעבן און זען גוטע טעג, זאל ער אפהאלטן זיין צונג פון בייז, און זיינע לעפצן פון רעדן פאלשקייט; זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס, זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.
Explore א פעטרוס בריוו 3:10-11
5
א פעטרוס בריוו 8:3-9
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק; צאלט נישט אפ מיט שלעכטס פאר שלעכטס, אדער זידלווארט פאר זידלווארט, נאר להיפך: בענטשט; ווייל דערצו זענט איר בארופן געווארן, כדי איר זאלט ירשענען א ברכה.
Explore א פעטרוס בריוו 3:8-9
6
א פעטרוס בריוו 13:3
און ווער וועט אייך טאן שלעכטס, ווען איר וועט אייפערן פאר דעם גוטן?
Explore א פעטרוס בריוו 3:13
7
א פעטרוס בריוו 11:3
זאל ער זיך אפנייגן פון שלעכטס און טאן גוטס, זאל ער זוכן שלום און נאכיאגן אים.
Explore א פעטרוס בריוו 3:11
8
א פעטרוס בריוו 17:3
ווארום עס איז בעסער, אויב דאס איז ה׳ס רצון, צו ליידן פאר טאן גוטס, ווי פאר טאן שלעכטס.
Explore א פעטרוס בריוו 3:17