שוֹפֿטִים יד
יד
1און שמשון האָט גענידערט קײן תִּמנָה, און האָט געזען אַ װײַבספּאַרשױן אין תִּמנָה פֿון די טעכטער פֿון די פּלִשתּים. 2און ער איז אַרױפֿגעקומען, און האָט דערצײלט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און האָט געזאָגט: איך האָב געזען אַ װײַבספּאַרשױן אין תִּמנָה פֿון די טעכטער פֿון די פּלִשתּים, און אַצונד נעמט זי מיר פֿאַר אַ װײַב. 3האָט צו אים געזאָגט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער: איז נישטאָ צװישן די טעכטער פֿון דײַנע ברידער און צװישן מײַן גאַנצן פֿאָלק אַ װײַבספּאַרשױן, אַז דו גײסט נעמען אַ װײַב פֿון די אומבאַשניטענע פּלִשתּים? האָט שמשון געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: נעם זי מיר װאָרעם זי איז װױלגעפֿעלן אין מײַנע אױגן. 4און זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער האָבן נישט געװוּסט אַז דאָס איז פֿון ה׳, אַז דאָס זוכט ער אַן אױסרעד אױף די פּלִשתּים. און אין יענער צײַט האָבן די פּלִשתּים געװעלטיקט איבער יִשׂרָאֵל.
5האָט שמשון אַראָפּגענידערט מיט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער קײן תִּמנָה. און זײ זײַנען געקומען ביז די װײַנגערטנער פֿון תִּמנָה, ערשט אַ יונגער לײב ברומט אַקעגן אים. 6איז געקומען אױף אים גײַסט פֿון ה׳, און ער האָט אים צעריסן, אַזױ װי מע צערײַסט אַ ציקעלע; און קײן זאַך איז נישט געװען אין זײַן האַנט. און ער האָט נישט דערצײלט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס ער האָט געטאָן. 7און ער האָט אַראָפּגענידערט, און האָט גערעדט צו דער װײַבספּאַרשױן, און זי איז װױלגעפֿעלן אין שמשונס אױגן.
8און אין טעג אַרום איז ער צוריקגעקומען זי צו נעמען, און ער האָט פֿאַרקערט צו זען די *נבֿלה פֿון דעם לײב, ערשט אין דעם לײַב פֿון לײב איז אַ שװאָרעם בינען און האָניק. 9האָט ער עס אַרױסגעשאַרט אין זײַנע האַנטפֿלעכן, און איז געגאַנגען און גײענדיק געגעסן. און ער איז געקומען צו זײַן פֿאָטער און צו זײַן מוטער, און האָט זײ געגעבן, און זײ האָבן געגעסן. און ער האָט זײ נישט דערצײלט אַז פֿון דעם לײבס לײַב האָט ער אַרױסגעשאַרט דעם האָניק.
10און זײַן פֿאָטער האָט אַראָפּגענידערט צו דער װײַבספּאַרשױן. און שמשון האָט דאָרטן געמאַכט אַ מאָלצײַט; װאָרעם אַזױ פֿלעגן טאָן די בחורים. 11און עס איז געװען, װי זײ האָבן אים געזען, אַזױ האָבן זײ געבראַכט דרײַסיק חבֿרים, און זײ זײַנען געװען מיט אים. 12האָט שמשון צו זײ געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט אײַך טרעפֿן אַ רעטעניש; אױב זאָגן װעט איר עס מיר זאָגן אין די זיבן טעג פֿון דעם מאָלצײַט, און װעט טרעפֿן, װעל איך אײַך געבן דרײַסיק לײַנענע טיכער און דרײַסיק גאַנג קלײדער. 13אױב אָבער איר װעט מיר נישט קענען זאָגן, זאָלט איר מיר געבן דרײַסיק לײַנענע טיכער און דרײַסיק גאַנג קלײדער. האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָגן דײַן רעטעניש, און לאָמיר זי הערן. 14האָט ער צו זײ געזאָגט:
פֿון עסער איז אַרױס אַן עסן,
און פֿון שטאַרקן איז אַרױס אַ זיסער.
האָבן זײ דרײַ טעג נישט געקענט זאָגן די רעטעניש.
15און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָבן זײ געזאָגט צו שמשונס װײַב: רעד איבער דײַן מאַן ער זאָל אונדז אױסזאָגן די רעטעניש, אַניט װעלן מיר פֿאַרברענען דיך און דײַן פֿאָטערס הױז מיט פֿײַער. האָט איר אונדז גערופֿן כּדי אונדז צו ירשען? צי נײן? 16האָט שמשונס װײַב געװײנט פֿאַר אים, און האָט געזאָגט: סײַדן האָסט מיך פֿײַנט און נישט ליב. האָסט די רעטעניש געראָטן צו די קינדער פֿון מײַן פֿאָלק, און מיר האָסטו נישט אױסגעזאָגט. האָט ער צו איר געזאָגט: זע, מײַן טאַטן און מײַן מאַמען האָב איך נישט אױסגעזאָגט, און דיר זאָל איך אױסזאָגן? 17האָט זי געװײנט פֿאַר אים די זיבן טעג װאָס בײַ זײ איז געװען דער מאָלצײַט. און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָט ער איר אױסגעזאָגט, װײַל זי האָט אים צוגעדריקט; און זי האָט אױסגעזאָגט די רעטעניש צו די קינדער פֿון איר פֿאָלק. 18און די מענטשן פֿון שטאָט האָבן געזאָגט צו אים אױפֿן זיבעטן טאָג, אײדער די זון איז אונטערגעגאַנגען:
װאָס איז זיסער פֿון האָניק?
און װאָס איז שטאַרקער פֿון אַ לײב?
האָט ער צו זײ געזאָגט:
װען איר װאָלט מיט מײַן קאַלב נישט געאַקערט,
װאָלט איר מײַן רעטעניש נישט געטראָפֿן.
19און דער גײַסט פֿון ה׳ איז געקומען אױף אים, און ער האָט אַראָפּגענידערט קײן אַשקלוֹן, און האָט געשלאָגן פֿון זײ דרײַסיק מאַן, און צוגענומען זײער אױסטו; און ער האָט אָפּגעגעבן די גאַנצן קלײדער צו די װאָס האָבן געזאָגט די רעטעניש; און זײַן צאָרן האָט געגרימט, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען צו זײַן פֿאָטערס הױז. 20און שמשונס װײַב איז געװאָרן זײַנעם אַ חבֿרס, װעמען ער האָט צוגעחבֿרט צו זיך.
Právě zvoleno:
שוֹפֿטִים יד: OYNEVIIM
Zvýraznění
Sdílet
Kopírovat
Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: