שוֹפֿטִים טו
טו
1און עס איז געװען אין טעג אַרום, אין די טעג פֿון װײצשניט, האָט שמשון באַזוכט זײַן װײַב מיט אַ ציגנבעקל, און ער האָט געזאָגט: לאָמיך אַרײַנגײן צו מײַן װײַב אין קאַמער. אָבער איר פֿאָטער האָט אים נישט געלאָזט אַרײַנגײן. 2און איר פֿאָטער האָט געזאָגט: קלערן האָב איך געקלערט, אַז דו האָסט זי זיכער פֿײַנט געקראָגן, און איך האָב זי אַװעקגעגעבן צו דײַן חבֿר. איז נישט איר ייִנגערע שװעסטער שענער פֿון איר? זאָל זי דיר, איך בעט דיך, זײַן אַנשטאָט יענער. 3האָט שמשון צו זײ געזאָגט: דאָס מאָל בין איך רײן קעגן די פּלִשתּים, אױב איך טו מיט זײ בײז.
4און שמשון איז געגאַנגען, און האָט געכאַפּט דרײַ הונדערט פֿוקסן, און ער האָט גענומען בראַנדהעלצער, און האָט צוגעקערט אַן עק צו אַן עק, און אַרײַנגעטאָן אַ בראַנדהאָלץ צװישן צװײ עקן, אין מיטן. 5און ער האָט אָנגעצונדן אַ פֿײַער אין די בראַנדהעלצער, און האָט זײ אַװעקגעלאָזט אין די שטײעדיקע תּבֿואות פֿון די פּלִשתּים; און ער האָט פֿאַרברענט פֿון אַ סטױג ביז שטײעדיקער תּבֿואה, און ביז אַן אײלבערטגאָרטן.
6האָבן די פּלִשתּים געזאָגט: װער האָט דאָס געטאָן? האָט מען געזאָגט: שמשון, דער אײדעם פֿון דעם תִּמנָהער, װײַל ער האָט גענומען זײַן װײַב, און זי אַװעקגעגעבן צו זײַן חבֿר. זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען די פּלִשתּים, און האָבן פֿאַרברענט זי און איר פֿאָטער אין פֿײַער.
7האָט שמשון צו זײ געזאָגט: אױב איר טוט אַזױ-װאָס, מוז איך נישט אַנדערש זיך נוקם זײַן אָן אײַך, און דערנאָך װעל איך אױפֿהערן. 8און ער האָט זײ געשלאָגן לענד און דיך, אַ גרױסן שלאַק. און ער האָט אַראָפּגענידערט, און איז געזעסן אין דעם שפּאַלט פֿון פֿעלדז עֵיטָם.
9זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען די פּלִשתּים, און האָבן געלאַגערט אין יהוּדה, און זײ האָבן זיך צעשפּרײט אין לחי. 10האָבן די מענער פֿון יהוּדה געזאָגט: פֿאַר װאָס זײַט איר אַרױפֿגעקומען אױף אונדז? האָבן זײ געזאָגט: צו בינדן שמשונען זײַנען מיר אַרױפֿגעקומען; צו טאָן צו אים, אַזױ װי ער האָט געטאָן צו אונדז.
11האָבן אַראָפּגענידערט דרײַ טױזנט מאַן פֿון יהוּדה צו דעם שפּאַלט פֿון פֿעלדז עֵיטָם, און זײ האָבן געזאָגט צו שמשונען: װײסטו דען נישט אַז די פּלִשתּים געװעלטיקן איבער אונדז? הײַנט װאָס האָסטו אונדז דאָ אָפּגעטאָן? האָט ער צו זײ געזאָגט: װי זײ האָבן געטאָן צו מיר, אַזױ האָב איך געטאָן צו זײ. 12האָבן זײ צו אים געזאָגט: מיר האָבן אַראָפּגענידערט דיך צו בינדן, כּדי דיך איבערצוגעבן אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים. האָט שמשון צו זײ געזאָגט: שװערט מיר, אַז איר אַלײן װעט נישט אָנפֿאַלן אױף מיר. 13האָבן זײ צו אים געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: נײן, בלױז בינדן װעלן מיר דיך בינדן און דיך איבערגעבן אין זײער האַנט, אָבער טײטן װעלן מיר דיך נישט טײטן, און זײ האָבן אים געבונדן מיט צװײ נײַע שטריק, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט פֿון דעם פֿעלדז.
14װי ער איז געקומען ביז לחי, אַזױ האָבן די פּלִשתּים געשאַלט אים אַנטקעגן; און דער גײַסט פֿון ה׳ איז געקומען אױף אים, און די שטריק אױף זײַנע אָרעמס זײַנען געװאָרן אַזױ װי פֿלאַקס װאָס איז אָנגעברענט געװאָרן פֿון פֿײַער, און זײַנע בינדשטריק זײַנען צעקראָכן פֿון זײַנע הענט. 15און ער האָט געפֿונען אַ פֿרישע קינבאַק פֿון אַן אײזל, און האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און זי גענומען, און געשלאָגן מיט איר טױזנט מאַן.
16און שמשון האָט געזאָגט:
מיט דער קינבאַק פֿון אַן אײזל
הױפֿנס אױף הױפֿנס
מיט דער קינבאַק פֿון אַן אײזל
האָב איך געשלאָגן טױזנט מאַן.
17און עס איז געװען, װי ער האָט געענדיקט רעדן, אַזױ האָט ער אַװעקגעװאָרפֿן די קינבאַק פֿון זײַן האַנט; און מע האָט גערופֿן יענעם אָרט רמת-לחי.
18און ער איז געװאָרן זײער דאָרשטיק, און ער האָט גערופֿן צו ה׳, און האָט געזאָגט: דו האָסט געגעבן דורך דער האַנט פֿון דײַן קנעכט די דאָזיקע גרױסע ישועה, און אַצונד װעל איך שטאַרבן פֿון דאָרשט, און װעל אַרײַנפֿאַלן אין דער האַנט פֿון די אומבאַשניטענע. 19האָט אלֹקים אױפֿגעשפּאָלטן דעם אױסגעהױלטן אָרט װאָס אין לחי, און עס איז אַרױס פֿון אים װאַסער; און ער האָט געטרונקען, און זײַן גײַסט איז צוריקגעקומען, און אָפּגעלעבט. דערום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען עין-הקורא, װאָס איז אין לחי ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
20און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אין די טעג פֿון די פּלִשתּים צװאַנציק יאָר.
Právě zvoleno:
שוֹפֿטִים טו: OYNEVIIM
Zvýraznění
Sdílet
Kopírovat
Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: