Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

שוֹפֿטִים יג

יג
1און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים פֿערציק יאָר.
2און עס איז געװען אַ מאַן פֿון צָרעָה, פֿון דער משפּחה פֿון דָן, װאָס זײַן נאָמען איז געװען מנוח; און זײַן װײַב איז געװען אַן עקרה, און האָט נישט געבאָרן. 3האָט אַ מלאך פֿון ה׳ זיך באַװיזן צו דער פֿרױ, און האָט צו איר געזאָגט: זע נאָר, דו ביסט אַן עקרה, און האָסט נישט געבאָרן; אָבער װעסט טראָגעדיק װערן, און װעסט געבערן אַ זון. 4און אַצונד, היט זיך אַקאָרשט, און זאָלסט נישט טרינקען װײַן אָדער שטאַרק געטראַנק, און נישט עסן קײן אומרײנס. 5װאָרעם זע, דו װערסט טראָגעדיק, און געבערסט אַ זון; און אַ שערמעסער זאָל נישט אַרױפֿגײן אױף זײַן קאָפּ, װאָרעם אַ נזיר פֿון אלֹקים זאָל דער ייִנגל זײַן פֿון מוטערלײַב אָן; און ער װעט אָנהײבן העלפֿן יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.
6און די פֿרױ איז געקומען, און האָט געזאָגט צו איר מאַן, אַזױ צו זאָגן: אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו מיר, און זײַן אױסזען איז געװען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון דער מלאך פֿון האלֹקים, מוראדיק זײער; און נישט איך האָב אים געפֿרעגט פֿון װאַנען ער איז, און נישט ער האָט מיר געזאָגט זײַן נאָמען. 7אָבער ער האָט צו מיר געזאָגט: זע, דו װערסט טראָגעדיק, און געבערסט אַ זון; און אַצונד, זאָלסטו נישט טרינקען װײַן אָדער שטאַרק געטראַנק, און נישט עסן קײן אומרײנקײט, װאָרעם אַ נזיר פֿון אלֹקים זאָל דער ייִנגל זײַן פֿון מוטערלײַב אָן ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט.
8האָט מנוח מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, אֲדֹנָי, זאָל דער מאַן פֿון ג-ט, װאָס דו האָסט געשיקט, װידער קומען צו אונדז, אונדז לערנען װאָס מיר זאָלן טאָן צו דעם ייִנגל װאָס װעט געבאָרן װערן.
9און האלֹקים האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון מנוחן, און דער מלאך פֿון האלֹקים איז װידער געקומען צו דער פֿרױ, װי זי איז געזעסן אין פֿעלד; און מנוח איר מאַן איז נישט געװען לעבן איר. 10האָט די פֿרױ געאײַלט און איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט איר מאַן, און האָט צו אים געזאָגט: אָן האָט זיך באַװיזן צו מיר דער מאַן װאָס איז געקומען צו מיר אין יענעם טאָג. 11איז מנוח אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען נאָך זײַן װײַב, און ער איז געקומען צו דעם מאַן, און האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו דער מאַן װאָס האָט גערעדט צו דער פֿרױ? האָט ער געזאָגט: איך. 12האָט מנוח געזאָגט: אַצונד אַז דײַן װאָרט װעט אָנקומען, װאָס זאָל זײַן דער שטײגער מיטן ייִנגל, און װאָס טאָן צו אים? 13האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו מנוחן: פֿון אַלץ װאָס איך האָב אָנגעזאָגט דער פֿרױ, זאָל זי זיך היטן. 14פֿון אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון װײַנשטאָק, זאָל זי נישט עסן, און װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָל זי נישט טרינקען, און קײן אומרײנקײט זאָל זי נישט עסן; אַלץ װאָס איך האָב איר באַפֿױלן זאָל זי אָפּהיטן.
15האָט מנוח געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: לאָמיר, איך בעט דיך, דיך פֿאַרהאַלטן, און מיר װעלן מאַכן פֿאַר דיר אַ ציגנבעקל. 16האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו מנוחן: אַפֿילו דו װעסט מיך פֿאַרהאַלטן, װעל איך נישט עסן פֿון דײַן שפּײַז; אױב אָבער דו װילסט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָלסטו עס אױפֿברענגען צו ג-ט. װאָרעם מנוח האָט נישט געװוּסט אַז דאָס איז אַ מלאך פֿון ה׳. 17און מנוח האָט געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: װאָס איז דײַן נאָמען, כּדי אַז דײַן װאָרט װעט אָנקומען, זאָלן מיר דיר אָנטאָן כּבֿוד. 18האָט דער מלאך פֿון ה׳ צו אים געזאָגט: נאָך װאָס דען פֿרעגסטו אױף מײַן נאָמען, אַז ער איז פֿאַרהױלן? 19האָט מנוח גענומען דאָס ציגנבעקל און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און האָט אױפֿגעבראַכט אױף דעם פֿעלדז פֿאַר ה׳; און דער האָט געטאָן װוּנדערלעך, און מנוח און זײַן װײַב האָבן צוגעזען. 20װאָרעם עס איז געװען, װי די פֿלאַם איז אױפֿגעגאַנגען פֿון מזבח צום הימל, אַזױ איז דער מלאך פֿון ה׳ אױפֿגעגאַנגען מיט דער פֿלאַם פֿון מזבח. און מנוח און זײַן װײַב האָבן דאָס געזען, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים צו דער ערד.
21און דער מלאך פֿון ה׳ האָט זיך מער נישט באַװיזן צו מנוחן און צו זײַן װײַב. דענצמאָל האָט מנוח געװוּסט, אַז דאָס איז געװען אַ מלאך פֿון ה׳.
22און מנוח האָט געזאָגט צו זײַן װײַב: שטאַרבן װעלן מיר שטאַרבן, װאָרעם אלֹקים האָבן מיר געזען. 23האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: אַז ה׳ װאָלט אונדז געװאָלט טײטן, װאָלט ער נישט אָנגענומען פֿון אונדזער האַנט אַ בראַנדאָפּפֿער און אַ שפּײַזאָפּפֿער, און װאָלט אונדז נישט באַװיזן דאָס אַלץ, און װאָלט אונדז אַצונד נישט אָנגעזאָגט אַזױ-װאָס. 24און די פֿרױ האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמשון. און דער ייִנגל איז געװאַקסן, און ה׳ האָט אים געבענטשט. 25און דער גײַסט פֿון ה׳ האָט אָנגעהױבן צו שלאָגן אין אים, אין מחנה-דָן, צװישן צָרעָה און צװישן אֶשתָּאוֹל.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas