Logo YouVersion
Ikona vyhledávání

שוֹפֿטִים יב

יב
1און די מענער פֿון אפֿרים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען אַריבער קײן צפֿון, און האָבן געזאָגט צו יפֿתּחן: פֿאַר װאָס ביסטו אַריבערגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און אונדז האָסטו נישט גערופֿן צו גײן מיט דיר? דײַן הױז װעלן מיר פֿאַרברענען איבער דיר אין פֿײַער. 2האָט יפֿתּח צו זײ געזאָגט: אין גרױס שטרײַט בין איך געװען, איך און מײַן פֿאָלק, מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און איך האָב אײַך גערופֿן, און איר האָט מיך נישט געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט. 3האָב איך געזען אַז איר העלפֿט נישט, און איך האָב גענומען מײַן לעבן אין מײַן האַנט, און בין אַריבער צו די קינדער פֿון עַמוֹן, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין מײַן האַנט; און פֿאַר װאָס זײַט איר אַרױפֿגעקומען צו מיר הײַנטיקן טאָג מלחמה צו האַלטן מיט מיר?
4און יפֿתּח האָט אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון גִלעָד, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט אפֿרים, און די מענער פֿון גִלעָד האָבן געשלאָגן אפֿרים, װײַל זײ האָבן געזאָגט: אױסװוּרפֿן פֿון אפֿרים זײַט איר, גִלעָד, צװישן אפֿרים, צװישן מנַשֶה. 5און גִלעָד האָט פֿאַרכאַפּט די איבערפֿאָרן פֿון יַרדן פֿאַר אפֿרים, און עס איז געװען, אַז אַן אַנטרונענער פֿון אפֿרים האָט געזאָגט: איך װיל אַריבערגײן, אַזױ האָבן די מענער פֿון גִלעָד צו אים געזאָגט: ביסטו אַן אפֿרַיִמער? און אַז ער האָט געזאָגט: נײן, 6האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָג אַקאָרשט שבולת, און אַז ער האָט געזאָגט סבולת, װײַל ער האָט נישט געקענט אַרױסרעדן ריכטיק, אַזױ האָבן זײ אים אָנגענומען און אים געשאָכטן בײַ די איבערפֿאָרן פֿון יַרדן. און עס זײַנען געפֿאַלן אין יענער צײַט פֿון אפֿרים צװײ און פֿערציק טױזנט.
7און יפֿתּח האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל זעקס יאָר, און יפֿתּח דער גִלעָדער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין די שטעט פֿון גִלעָד.
8און נאָך אים האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אבֿצן פֿון בֵית-לֶחֶם. 9און ער האָט געהאַט דרײַסיק זין, און דרײַסיק טעכטער האָט ער אױסגעגעבן, און דרײַסיק טעכטער האָט ער אַרײַנגענומען פֿאַר זײַנע זין פֿון דערױסן. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל זיבן יאָר. 10און אבֿצן איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין בֵית-לֶחֶם.
11און נאָך אים האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אֵילוֹן דער זבֿולונער. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל צען יאָר. 12און אֵילוֹן דער זבֿולונער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין אַיָלוֹן אין לאַנד זבֿולון.
13און נאָך אים האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל עַבֿדוֹן דער זון פֿון הללן פֿון פּרעָתוֹן. 14און ער האָט געהאַט פֿערציק זין און דרײַסיק אײניקלעך, װאָס זײַנען געריטן אױף זיבעציק יונגע אײזלען. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אַכט יאָר. 15און עַבֿדוֹן דער זון פֿון הללן פֿון פּרעָתוֹן איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין פּרעָתוֹן אין לאַנד אפֿרים, אױפֿן באַרג פֿון עַמָלֵק.

Zvýraznění

Sdílet

Kopírovat

None

Chceš mít své zvýrazněné verše uložené na všech zařízeních? Zaregistruj se nebo se přihlas